Page 47 - Breyshis
P. 47

‫בראשית‬

‫פֿון הימל און דעם גאָט פֿון דער ערד‪ ,‬אַז דו זאָלסט ניט נעמען אַ‬
‫װ ַײב פֿאַר מ ַײן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כַּנ ַעני װאָס איך זיץ‬
‫צװישן אים‪ 4 .‬נײערט צו מ ַײן לאַנד און צו מ ַײן אָפּשטאַם זאָלסטו‬

                     ‫גײן‪ ,‬און נעמען אַ װ ַײב פֿאַר מ ַײן זון‪ ,‬פֿאַר יצחקן‪.‬‬

‫‪ 5‬האָט דער קנעכט צו אים געזאָגט‪ :‬טאָמער װעט די פֿרױ ניט װעלן‬
‫גײן נאָך מיר אין דעם היגן לאַנד; זאָל איך ניט אַנדערש אומקערן‬

     ‫ד ַײן זון צו דעם לאַנד װאָס דו ביסט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען?‬

‫‪ 6‬האָט אבֿרהם צו אים געזאָגט‪ :‬היט דיך‪ ,‬זאָלסט ניט אומקערן מ ַײן‬
‫זון אַהין‪ 7 .‬יהוה דער גאָט פֿון הימל‪ ,‬װאָס האָט מיך אַרױסגענומען‬
‫פֿון דעם הױז פֿון מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬און פֿון דעם לאַנד פֿון מ ַײן געבורט‪,‬‬
‫און װאָס האָט צו מיר גערעדט‪ ,‬און װאָס האָט מיר געשװאָרן‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬צו ד ַײן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד – ער װעט‬
‫שיקן ז ַײן מלאך דיר פֿאַרױס‪ ,‬און װעסט קריגן אַ װ ַײב פֿאַר מ ַײן זון‬
‫פֿון דאָרטן‪ 8 .‬און אױב די פֿרױ װעט ניט װעלן גײן נאָך דיר‪ ,‬װעסטו‬
‫ז ַײן פר ַײ פֿון דער דאָזיקער שבועה מ ַײנער; אָבער זאָלסט ניט‬

                                                ‫אומקערן מ ַײן זון אַהין‪.‬‬

‫‪ 9‬האָט דער קנעכט געטאָן ז ַײן האַנט אונטער דעם דיך פֿון ז ַײן האַר‬
      ‫אבֿרהמען‪ ,‬און ער האָט אים געשװאָרן אױף דער דאָזיקער זאַך‪.‬‬

‫‪ 10‬און דער קנעכט האָט גענומען צען קעמלען פֿון די קעמלען פֿון‬
‫ז ַײן האַר‪ ,‬און איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַלעם בעסטן פֿון ז ַײן האַר אין‬
‫ז ַײן האַנט; און ער איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז געגאַנגען קײן אַ ַרם‪-‬‬
‫ַנה ַר ִים‪ ,‬צו דער שטאָט פֿון ָנחורן‪ 11 .‬און ער האָט געמאַכט קניען די‬
‫קעמלען אױסן שטאָט ב ַײם ברונעם װאַסער‪ ,‬אין אָװנט‪-‬צ ַײט‪ ,‬אין‬
‫דער צ ַײט װאָס די שעפּערינס גײען אַרױס‪ 12 .‬און ער האָט געזאָגט‪:‬‬
‫יהוה‪ ,‬גאָט פֿון מ ַײן האַר אבֿרהמען‪ ,‬שיק מיר צו ה ַײנט‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫אַ טראַף‪ ,‬און טו חסד מיט מ ַײן האַר אבֿרהמען‪ 13 .‬אָט שטײ איך‬
‫ב ַײם קװאַל װאַסער‪ ,‬און די טעכטער פֿון די שטאָטל ַײט קומען אַרױס‬
‫שעפּן װאַסער; ‪ 14‬זאָל ז ַײן‪ ,‬אַז די מײדל װאָס איך װעל צו איר זאָגן‪:‬‬
‫»בײג א ַײן‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ד ַײן קרוג‪ ,‬און לאָמיך טרינקען«‪ ,‬און זי װעט‬
‫זאָגן‪» :‬טרינק‪ ,‬און אױך ד ַײנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען«‪ ,‬האָסטו‬
‫זי באַשערט פֿאַר ד ַײן קנעכט יצחקן‪ ,‬און דערמיט װעל איך װיסן אַז‬

                                 ‫דו האָסט געטאָן חסד מיט מ ַײן האַר‪.‬‬
   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52