Page 43 - Breyshis
P. 43

‫בראשית‬

‫טאַמאַריסקנבױם אין ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע‪ ,‬און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם‬
                                   ‫נאָמען פֿון יהוה‪ ,‬דעם אײביקן גאָט‪.‬‬

‫‪ 34‬און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּ ִלשתּים פֿיל‬
                                                                   ‫טעג‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן‪ ,‬האָט גאָט‬

‫געפּרוּװט אבֿרהמען‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬אבֿרהם!כב‬

‫האָט ער געענטפֿערט‪ :‬דאָ בין איך‪ 2 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬נעם ד ַײן זון‪,‬‬
‫ד ַײן אײנאײנציקן‪ ,‬װאָס דו האָסט ליב‪ ,‬יצחקן‪ ,‬און גײ דיר קײן לאַנד‬
‫מו ִרָיה‪ ,‬און ברענג אים אױף דאָרטן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אױף‬

                          ‫אײנעם פֿון די בערג װאָס איך װעל דיר זאָגן‪.‬‬

‫‪ 3‬האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי‪ ,‬און ער האָט‬
‫אָנגעזאָטלט ז ַײן אײזל‪ ,‬און גענומען מיט זיך ז ַײנע צװײ יונגען‪ ,‬און‬
‫ז ַײן זון יצחקן; און ער האָט צעהאַקט דאָס האָלץ פֿאַרן‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז געגאַנגען צו דעם‬

                                    ‫אָרט װאָס גאָט האָט אים געזאָגט‪.‬‬

‫‪ 4‬אױפֿן דריטן טאָג האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן‪ ,‬און האָט‬
‫דערזען דעם אָרט פֿון װ ַײטן‪ 5 .‬און אבֿרהם האָט געזאָגט צו ז ַײנע‬
‫יונגען‪ :‬בל ַײבט א ַײך דאָ מיטן אײזל‪ ,‬און איך און דער י ִינגל װעלן גײן‬

          ‫ביז אַהין‪ ,‬און מיר װעלן זיך בוקן‪ ,‬און זיך אומקערן צו א ַײך‪.‬‬

‫‪ 6‬און אבֿרהם האָט גענומען דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און‬
‫אַרױפֿגעטאָן אױף ז ַײן זון יצחקן‪ ,‬און ער האָט גענומען אין ז ַײן האַנט‬
‫דאָס פֿ ַײער און דעם שלאַכטמעסער‪ ,‬און זײ ז ַײנען בײדע געגאַנגען‬
‫באַנאַנד‪ 7 .‬האָט יצחק זיך אָפּגערופֿן צו ז ַײן פֿאָטער אבֿרהמען‪ ,‬און‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬מ ַײן פֿאָטער! האָט ער געענטפֿערט‪ :‬דאָ בין איך‪ ,‬מ ַײן‬
‫זון‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬אָט איז דאָס פֿ ַײער און דאָס האָלץ‪ ,‬און װוּ איז‬
‫דאָס לאַם פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער? ‪ 8‬האָט אבֿרהם געזאָגט‪ :‬גאָט װעט‬
‫זיך שױן זען אַ לאַם פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬מ ַײן זון‪ .‬און זײ ז ַײנען‬

                                              ‫בײדע געגאַנגען באַנאַנד‪.‬‬
   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48