Page 49 - Breyshis
P. 49
בראשית
28און די מײדל איז געלאָפֿן ,און האָט דערצײלט אין איר מוטערס
הױז די דאָזיקע זאַכן 29 .און רבקה האָט געהאַט אַ ברודער װאָס ז ַײן
נאָמען איז געװען ָל ָבן; איז ָל ָבן אַרױסגעלאָפֿן צו דעם מאַן דרױסן
צום קװאַל 30 .און עס איז געװען ,װי ער האָט דערזען דעם נאָזרינג,
און די אָרעמבענדער אױף די הענט פֿון ז ַײן שװעסטער ,און װי ער
האָט געהערט די װערטער פֿון ז ַײן שװעסטער רבקהן ,אַזױ צו זאָגן:
אַזױ און אַזױ האָט דער מאַן צו מיר גערעדט – איז ער געקומען צו
דעם מאַן װי ער שטײט ב ַײ די קעמלען לעבן קװאַל 31 ,און ער האָט
געזאָגט :קום ,געבענטשטער פֿון גאָט ,פֿאַר װאָס שטײסטו דרױסן?
איך האָב דאָך אױפֿגעראַמט דאָס הױז ,און אַן אָרט פֿאַר די קעמלען.
32איז דער מאַן אַר ַײנגעגאַנגען אין הױז; און ער האָט אָפּגעבונדן די
קעמלען ,און האָט דערלאַנגט שטרױ און פֿוטער פֿאַר די קעמלען,
און װאַסער צו װאַשן ז ַײנע פֿיס ,און די פֿיס פֿון די מענטשן װאָס
מיט אים 33 .און עס איז געשטעלט געװאָרן פֿאַר אים צום עסן,
אָבער ער האָט געזאָגט :איך װעל ניט עסן ,ביז איך האָב גערעדט
מ ַײנע רײד .האָט ער געזאָגט :רעד.
34האָט ער געזאָגט :דער קנעכט פֿון אבֿרהמען בין איך 35 .און גאָט
האָט זײער געבענטשט מ ַײן האַר ,און ער איז געװאָרן ר ַײך; און ער
האָט אים געגעבן שאָף און רינדער ,און זילבער און גאָלד ,און
קנעכט און דינסטן ,און קעמלען און אײזלען 36 .און שׂרה ,מ ַײן
האַרס װ ַײב ,האָט געבאָרן אַ זון צו מ ַײן האַר אױף איר עלטער; און
ער האָט אים אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט 37 .און מ ַײן
האַר האָט מיך באַשװאָרן ,אַזױ צו זאָגן :זאָלסט ניט נעמען אַ װ ַײב
פֿאַר מ ַײן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כַּנ ַעני װאָס איך זיץ אין ז ַײן
לאַנד 38 .ניט אַנדערש נאָר צו מ ַײן פֿאָטערס הױז זאָלסטו גײן ,און
צו מ ַײן משפּחה ,און נעמען אַ װ ַײב פֿאַר מ ַײן זון 39 .האָב איך
געזאָגט צו מ ַײן האַר :טאָמער װעט די פֿרױ ניט װעלן גײן מיט מיר?
40האָט ער צו מיר געזאָגט :יהוה װאָס איך בין געגאַנגען פֿאַר אים,
װעט שיקן ז ַײן מלאך מיט דיר ,און װעט באַגליקן ד ַײן װעג ,און
װעסט קריגן אַ װ ַײב פֿאַר מ ַײן זון ,פֿון מ ַײן משפּחה און פֿון מ ַײן
פֿאָטערס הױז 41 .דענצמאָל װעסטו פֿר ַײ ז ַײן פֿון מ ַײן שבועה ,אַז דו
װעסט קומען צו מ ַײן משפּחה; און אױב זײ װעלן דיר ניט געבן,
װעסטו אױך פֿר ַײ ז ַײן פֿון מ ַײן שבועה 42 .בין איך געקומען ה ַײנט
צום קװאַל ,און האָב געזאָגט :יהוה ,גאָט פֿון מ ַײן האַר אבֿרהמען,