Page 52 - Breyshis
P. 52

‫בראשית‬

‫‪ 1‬און אבֿרהם האָט װידער גענומען אַ װ ַײב‪ ,‬און איר נאָמען‬

‫איז געװען קטו ָרה‪ 2 .‬און זי האָט אים געבאָרן ִזמ ָרנען‪ ,‬אוןכה‬

‫ָיק ָשנען‪ ,‬און מ ָדנען‪ ,‬און ִמדָינען‪ ,‬און ִישבקן‪ ,‬און שו ַחן‪ 3 .‬און ָיק ָשן‬
‫האָט געבאָרן שבאָן‪ ,‬און ד ָדנען‪ .‬און די קינדער פֿון ד ָדנען ז ַײנען‬
‫געװען אַשורים‪ ,‬און לטושים‪ ,‬און ְלאומים‪ 4 .‬און די זין פֿון ִמדָינען‬
‫ז ַײנען געװען‪ֵ :‬עיפֿה‪ ,‬און ֵעפֿר‪ ,‬און ַחנוֹך‪ ,‬און אבֿי ָדע‪ ,‬און ֶאל ָד ָעה‪ ,‬די‬

                             ‫אַלע ז ַײנען געװען די קינדער פֿון קטו ָרהן‪.‬‬

‫‪ 5‬און אבֿרהם האָט אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט צו‬
‫יצחקן‪ 6 .‬און צו די זין פֿון די קעפּסװ ַײבער װאָס אבֿרהם האָט‬
‫געהאַט‪ ,‬האָט אבֿרהם געגעבן מתּנות‪ ,‬און האָט זײ אַװעקגעשיקט פֿון‬
‫ז ַײן זון יצחקן‪ ,‬װען ער האָט נאָך געלעבט‪ ,‬קײן מזרח אין מזרח‪-‬לאַנד‪.‬‬

‫‪ 7‬און דאָס ז ַײנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון אבֿרהמס לעבן װאָס ער‬
‫האָט געלעבט‪ :‬הונדערט יאָר און פינף יאָר און זיבעציק יאָר‪ 8 .‬און‬
‫אבֿרהם איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער‪,‬‬
‫אַלט און זאַט מיט יאָרן ; און ער איז א ַײנגעזאַמלט געװאָרן צו ז ַײן‬
‫פאָלק‪ 9 .‬און יצחק און ִיש ָמ ֵעאל‪ ,‬ז ַײנע זין‪ ,‬האָבן אים באַגראָבן אין‬
‫דער הײל פֿון ַמכ ֵפּ ָלה‪ ,‬אין דעם פֿעלד פֿון ֶעפרון דעם זון פֿון צוֹ ַחר‬
‫דעם ִחתּי‪ ,‬װאָס פֿאַר ַממ ֵרא; ‪ 10‬דאָס פֿעלד װאָס אבֿרהם האָט‬
‫אָפּגעקױפֿט פֿון די קינדער פֿון ֵחת‪ ,‬דאָרטן איז באַגראָבן געװאָרן‬

                                            ‫אבֿרהם‪ ,‬און ז ַײן װ ַײב שׂרה‪.‬‬

‫‪ 11‬און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון אבֿרהמען‪ ,‬האָט גאָט‬
 ‫געבענטשט ז ַײן זון יצחקן‪ .‬און יצחק איז געזעסן ב ַײ ב ֵאר‪ַ -‬ל ַחי‪-‬רוֹאי‪.‬‬

‫‪ 12‬און דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ִיש ָמ ֵעאל‪ ,‬אבֿרהמס זון‪ ,‬װאָס ָהָגר‬
‫די ִמצרית‪ ,‬די דינסט פֿון שׂרהן‪ ,‬האָט געבאָרן אבֿרהמען‪ 13 .‬און דאָס‬
‫ז ַײנען די נעמען פֿון ִיש ָמ ֵעאלס זין‪ ,‬נאָך זײערע נעמען‪ ,‬לױט זײערע‬
‫געבורטן‪ :‬דער ב ָכור פֿון ִיש ָמ ֵעאלן‪ ,‬נ ָבוֹת‪ ,‬און ֵק ָדר‪ ,‬און אַדב ֵאל‪ ,‬און‬
‫ִמב ָשׂם; ‪ 14‬און ִמש ָמע‪ ,‬און דו ָמה‪ ,‬און ַמשׂאָ; ‪ַ 15‬ח ַדר‪ ,‬און ֵתּימאָ‪,‬‬
‫איטור‪ָ ,‬נפֿיש און ֵקד ָמה‪ 16 .‬דאָס ז ַײנען די זין פֿון ִיש ָמ ֵעאלן‪ ,‬און דאָס‬
‫ז ַײנען זײערע נעמען אין זײערע דערפֿער‪ ,‬און אין זײערע לאַגערן;‬
‫צװעלף פֿירשטן לױט זײערע פֿעלקער‪ 17 – .‬און דאָס ז ַײנען די יאָרן‬
‫פֿון ִיש ָמ ֵעאלס לעבן‪ :‬הונדערט יאָר און זיבן יאָר און דר ַײסיק יאָר‪.‬‬
‫און ער איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן; און ער איז א ַײנגעזאַמלט‬
   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57