Page 56 - Breyshis
P. 56
בראשית
האָבן געגראָבן אַן אַנדער ברונעם ,און האָבן זיך איבער אים אױך
געקריגט .און ער האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ִשׂטָנה 22 .און ער האָט זיך
איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן ,און האָט געגראָבן אַן אַנדער ברונעם;
און זײ האָבן זיך איבער אים ניט געקריגט .האָט ער גערופֿן ז ַײן
נאָמען רחוֹבוֹת ,װ ַײל ער האָט געזאָגט :אַצונד האָט אונדז גאָט
געגעבן ַרחבות ,און מיר װעלן װאַקסן אין לאַנד.
23און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן ב ֵארֶ -ש ַבע 24 .און גאָט
האָט זיך באַװיזן צו אים אין יענער נאַכט ,און האָט געזאָגט :איך בין
דער גאָט פֿון ד ַײן פֿאָטער אבֿרהמען; זאָלסט ניט מוֹרא האָבן ,װאָרום
איך בין מיט דיר ,און איך װעל דיך בענטשן ,און װעל מערן ד ַײן
זאָמען ,פֿון מ ַײן קנעכט אבֿרהמס װעגן.
25האָט ער דאָרטן געבױט אַ מזבח ,און ער האָט גערופֿן צו דעם
נאָמען יהוה; און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט ז ַײן געצעלט .און די
קנעכט פֿון יצחקן האָבן דאָרטן געגראָבן אַ ברונעם.
26און אבֿי ֶמ ֶלך איז געגאַנגען צו אים פֿון ג ָרר ,מיט אַחוַזת ז ַײן גוטן
פֿר ַײנט ,און פּיכול דעם האַר פֿון ז ַײן חיל 27 .האָט יצחק צו זײ
געזאָגט :נאָך װאָס ז ַײט איר געקומען צו מיר ,אַז איר ז ַײט מיר
ָשׂונאים ,און האָט מיך אַרױסגעשיקט פֿון א ַײך? 28האָבן זײ געזאָגט:
זען האָבן מיר געזען אַז גאָט איז מיט דיר ,און מיר האָבן געזאָגט:
זאָל-זשע ז ַײן אַ שבועה צװישן אונדז ,צװישן אונדז און צװישן דיר,
און לאָמיר שליסן אַ בונד מיט דיר 29 .אױב דו װעסט טאָן מיט
אונדז בײז! אַזױ װי מיר האָבן דיך ניט אָנגערירט ,און אַזױ װי מיר
האָבן מיט דיר רק גוטס געטאָן ,און מיר האָבן דיך אַװעקגעלאָזט
בשלום .אַצונד ביסטו אַ געבענטשטער פֿון גאָט.
30האָט ער געמאַכט פֿאַר זײ אַ מאָלצ ַײט ,און זײ האָבן געגעסן און
געטרונקען 31 .און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און זײ
האָבן געשװאָרן אײנער דעם אַנדערן ,און יצחק האָט זײ
אַרױסבאַלײט ,און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען פֿון אים בשלום.
32און עס איז געװען אין יענעם טאָג ,ז ַײנען געקומען די קנעכט פֿון
יצחקן ,און האָבן אים דערצײלט װעגן אַ ברונעם װאָס זײ האָבן
געגראָבן ,און זײ האָבן צו אים געזאָגט :מיר האָבן געפֿונען װאַסער.