Page 61 - Breyshis
P. 61
בראשית
1האָט יצחק גערופֿן יעקבן ,און האָט אים געבענטשט ,און
האָט אים באַפֿױלן ,און האָט צו אים געזאָגט :זאָלסט ניטכח
נעמען אַ װ ַײב פֿון די טעכטער פֿון כַּנ ַען 2 .שטײ אױף ,גײ קײן ַפּ ַדן-
אַ ָרם ,צו דעם הױז פֿון בתו ֵאל ,ד ַײן מוטערס פֿאָטער ,און נעם דיר
פֿון דאָרטן אַ װ ַײב פֿון די טעכטער פֿון ָל ָבן ,ד ַײן מוטערס ברודער3 .
און גאָט ַש ַדי װעט דיך בענטשן ,און װעט דיך פֿרוכפּערן און דיך
מערן ,און װעסט װערן אַ געזעמל פֿעלקער 4 .און ער װעט דיר געבן
די ברכה פֿון אבֿרהמען ,דיר און ד ַײן זאָמען מיט דיר ,כּדי זאָלסט
אַרבן דאָס לאַנד פֿון ד ַײן װױנשאַפֿט ,װאָס גאָט האָט געגעבן צו
אבֿרהמען.
5און יצחק האָט אַװעקגעשיקט יעקבן ,און ער איז געגאַנגען קײן
ַפּ ַדן-אַ ָרם ,צו ָל ָבן דעם זון פֿון בתו ֵאל דעם אַ ַרמי ,דעם ברודער פֿון
רבקה ,דער מוטער פֿון יעקבן און ֵע ָשׂון.
און ֵע ָשׂו האָט געזען אַז יצחק האָט געבענטשט יעקבן ,און האָט אים
אַװעקגעשיקט קײן ַפּ ַדן-אַ ָרם ,זיך צו נעמען אַ װ ַײב פֿון דאָרטן; אַז
װען ער האָט אים געבענטשט ,האָט ער אים באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט ניט נעמען אַ װ ַײב פֿון די טעכטער פֿון כַּנ ַען; 7און יעקב האָט
צוגעהערט צו ז ַײן פֿאָטער און צו ז ַײן מוטער ,און איז געגאַנגען קײן
ַפּ ַדן-אַ ָרם 8 .און ֵע ָשׂו האָט געזען אַז די טעכטער פֿון ְכַּנ ַען ז ַײנען
שלעכט אין די אױגן פֿון ז ַײן פֿאָטער יצחקן 9 ,און ֵע ָשׂו איז געגאַנגען
צו ִיש ָמ ֵעאלן ,און האָט ,צו ז ַײנע אַנדערע װ ַײבער ,זיך גענומען פֿאַר אַ
װ ַײב ָמח ַלת די טאָכטער פֿון ִיש ָמ ֵעאל ,אבֿרהמס זון ,די שװעסטער
פֿון נ ָביוֹתן.
ַוֵי ֵצא
10און יעקב איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ב ֵארֶ -ש ַבע ,און איז געגאַנגען
קײן ָח ָרן 11 .און ער האָט געטראָפֿן אַן אָרט ,און איז דאָרטן געבליבן
נעכטיקן ,װאָרום די זון איז אונטערגעגאַנגען; און ער האָט גענומען
פֿון די שטײנער פֿון דעם אָרט ,און געמאַכט פֿאַר ז ַײן צוקאָפּנס ,און
האָט זיך געלײגט אין יענעם אָרט 12 .האָט זיך אים געחלומט ,ערשט
אַ לײטער שטײט אױף דער ערד ,און ז ַײן שפּיץ גרײכט ביזן הימל ,און
זע ,מלאָכים פֿון גאָט גײען אַרױף און נידערן אַראָפּ אױף אים 13 .און
אָט שטײט גאָט איבער אים ,און ער זאָגט :איך בין יהוה דער גאָט