Page 64 - Breyshis
P. 64

‫בראשית‬

‫‪ 15‬האָט ָל ָבן געזאָגט צו יעקבן‪ :‬צי װ ַײל דו ביסט מ ַײנער אַן‬
‫אײגענער‪ ,‬זאָסלטו מיר דינען אומזיסט? זאָג מיר װאָס איז ד ַײן לױן‪.‬‬
‫‪ 16‬און ָל ָבן האָט געהאַט צװײ טעכטער; דער נאָמען פֿון דער‬
‫עלטערער איז געװען לאה‪ ,‬און דער נאָמען פֿון דער י ִינגערער רחל‪.‬‬
‫‪ 17‬און לאהס אױגן ז ַײנען געװען שלאַפֿע‪ ,‬און רחל איז געװען שײן‬
‫אױפֿן געשטאַלט‪ ,‬און שײן אױפֿן פּנים‪ 18 ,‬און יעקב האָט ליב‬
‫געקריגן רחלען; און ער האָט געזאָגט‪ :‬איך װעל דיר דינען זיבן יאָר‬
‫פֿאַר ד ַײן יִינגערער טאָכטער רחלען‪ 19 .‬האָט ָל ָבן געזאָגט‪ :‬בעסער‬
‫איך זאָל זי דיר געבן‪ ,‬אײדער איך זאָל זי געבן צו אַן אַנדער מאַן;‬

                                                         ‫בל ַײב ב ַײ מיר‪.‬‬

‫‪ 20‬און יעקב האָט געדינט פֿאַר רחלען זיבן יאָר‪ ,‬און זײ ז ַײנען געװען‬
‫אין ז ַײנע אױגן אַזױ װי עטלעכע טעג‪ ,‬פֿון ז ַײן ליבשאַפֿט צו איר‪21 .‬‬
‫און יעקב האָט געזאָגט צו ָל ָבנען‪ :‬גיב מיר מ ַײן װ ַײב‪ ,‬װאָרום מ ַײנע‬

           ‫טעג ז ַײנען דערפֿילט געװאָרן; און איך װעל קומען צו איר‪.‬‬

‫‪ 22‬האָט ָל ָבן א ַײנגעזאַמלט אַלע מענטשן פֿון דעם אָרט‪ ,‬און ער האָט‬
‫געמאַכט אַ מאָלצ ַײט‪ 23 .‬און עס איז געװען אין אָװנט‪ ,‬האָט ער‬
‫גענומען ז ַײן טאָכטער לאהן‪ ,‬און האָט זי געבראַכט צו אים‪ ,‬און ער‬
‫איז געקומען צו איר‪ 24 .‬און ָל ָבן האָט איר געגעבן ז ַײן דינסט ִזל ָפּהן‬

                               ‫– פֿאַר אַ דינסט צו ז ַײן טאָכטער לאהן‪.‬‬

‫‪ 25‬און עס איז געװען אין דער פֿרי‪ ,‬ערשט דאָס איז לאה‪ .‬האָט ער‬
‫געזאָגט צו ָל ָבנען‪ :‬װאָס האָסטו מיר דאָ געטאָן? האָב איך ניט‬
‫געדינט ב ַײ דיר פֿאַר רחלען‪ ,‬און פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? ‪26‬‬
‫האָט ָל ָבן געזאָגט‪ :‬עס װערט ניט געטאָן אַזױ אין אונדזער מקום‪,‬‬
‫אױסצוגעבן די י ִינגערע פֿאַר דער עלטערער‪ 27 .‬דערפֿיל די װאָך פֿון‬
‫דער‪ ,‬און מיר װעלן דיר אױך יענע געבן‪ ,‬פֿאַר דעם דינסט װאָס דו‬

                           ‫װעסט דינען ב ַײ מיר נאָך זיבן אַנדערע יאָר‪.‬‬

‫‪ 28‬האָט יעקב אַזױ געטאָן‪ ,‬און ער האָט דערפֿילט די װאָך פֿון דער;‬
‫און ער האָט אים געגעבן ז ַײן טאָכטער רחלען‪ ,‬אים פֿאַר אַ װ ַײב‪29 .‬‬
‫און ָל ָבן האָט געגעבן צו ז ַײן טאָכטער רחלען ז ַײן דינסט בל ָההן פֿאַר‬

                                                       ‫אַ דינסט צו איר‪.‬‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69