Page 66 - Breyshis
P. 66

‫בראשית‬

‫איז װידער טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט יעקבן געבאָרן אַ צװײטן‬
‫זון‪ 8 .‬און רחל האָט געזאָגט‪ :‬שטאַרקע ראַנגלענישן האָב איך זיך‬
‫געראַנגלט מיט מ ַײן שװעסטער‪ ,‬און איך בין ב ַײגעקומען; דרום האָט‬

                                           ‫זי גערופֿן ז ַײן נאָמען ַנפֿ ָתּלי‪.‬‬

‫‪ 9‬און לאה האָט געזען אַז זי האָט אױפֿגעהערט געבערן‪ ,‬האָט זי‬
‫גענומען איר דינסט ִזל ָפּהן‪ ,‬און זי געגעבן יעקבן פֿאַר אַ װ ַײב‪ 10 .‬און‬
‫ִזל ָפּה‪ ,‬לאהס דינסט‪ ,‬האָט יעקבן געבאָרן אַ זון‪ 11 .‬האָט לאה‬
‫געזאָגט‪ :‬מזל איז געקומען; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ָגד‪ 12 .‬און‬
‫ִזל ָפּה‪ ,‬לאהס דינסט‪ ,‬האָט יעקבן געבאָרן אַ צװײטן זון‪ 13 .‬האָט לאה‬
‫געזאָגט‪ :‬אױף מ ַײן גליק! װאָרום די טעכטער װעלן מיך שאַצן‬

                        ‫גליקלעך; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען אָ ֵשר‪.‬‬

‫‪ 14‬און ראובן איז געגאַנגען אין די טעג פֿון װײצשניט‪ ,‬און האָט‬
‫געפֿונען ליבעפּעלעך אין פֿעלד‪ ,‬און האָט זײ געבראַכט צו ז ַײן מוטער‬
‫לאהן‪ .‬האָט רחל געזאָגט צו לאהן‪ :‬גיב מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬פֿון ד ַײן‬
‫זונס ליבעפּעלעך‪ 15 .‬האָט זי געזאָגט צו איר‪ :‬װינציק װאָס דו האָסט‬
‫צוגענומען מ ַײן מאַן‪ ,‬װילסטו נאָך צונעמען מ ַײן זונס ליבעפּעלעך?‬
‫האָט רחל געזאָגט‪ :‬דערפֿאַר זאָל ער ליגן מיט דיר ה ַײנטיקע נאַכט‪,‬‬

                                       ‫פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון ד ַײן זון‪.‬‬

‫‪ 16‬און װי יעקב איז געקומען פֿון פֿעלד אין אָװנט‪ ,‬אַזױ איז לאה אים‬
‫אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬צו מיר מוזטו קומען‪,‬‬
‫װאָרום אָפּדינגען האָב איך דיך אָפּגעדונגען פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון‬
‫מ ַײן זון‪ .‬און ער איז מיט איר געלעגן אין יענער נאַכט‪ 17 .‬און גאָט‬
‫האָט צוגעהערט צו לאהן‪ ,‬און זי איז טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט‬
‫יעקבן געבאָרן אַ פֿינפֿטן זון‪ 18 .‬און לאה האָט געזאָגט‪ :‬גאָט האָט‬
‫געגעבן מ ַײן שׂכר פֿאַר װאָס איך האָב געגעבן מ ַײן דינסט צו מ ַײן‬
‫מאַן; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ִישׂ ָשׂ ָכר‪ 19 .‬און לאה איז װידער‬
‫טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט יעקבן געבאָרן אַ זעקסטן זון‪ 20 .‬און‬
‫לאה האָט געזאָגט‪ :‬גאָט האָט מיך באַשאָנקען מיט אַ גוטן געשאַנק;‬
‫דאָס מאָל װעט מ ַײן מאַן װױנען מיט מיר‪ ,‬װ ַײל איך האָב אים‬
‫געבאָרן זעקס זין; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען זבולון‪ 21 .‬און‬
‫דערנאָך האָט זי געבאָרן אַ טאָכטער‪ ,‬און זי האָט גערופֿן איר נאָמען‬

                                                                   ‫דינה‪.‬‬
   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71