Page 62 - Breyshis
P. 62
בראשית
פֿון ד ַײן פֿאָטער אבֿרהמען ,און דער גאָט פֿון יצחקן .דאָס לאַנד װאָס
דו ליגסט דערױף ,צו דיר װעל איך עס געבן ,און צו ד ַײן זאָמען14 .
און ד ַײן זאָמען װעט ז ַײן אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד ,און װעסט זיך
אױסשפּרײטן קײן מערב און קײן מזרח און קײן צפֿון און קײן ָדרום,
און בענטשן װעלן זיך מיט דיר און מיט ד ַײן זאָמען אַלע משפּחות
פֿון דער ערד 15 .און זע ,איך װעל ז ַײן מיט דיר ,און איך װעל דיך
היטן אומעטום װוּ דו װעסט גײן ,און איך װעל דיך אומקערן צו דער
דאָזיקער ערד ,װאָרום איך װעל דיך ניט פֿאַרלאָזן ,ביז װאַנען איך
האָב געטאָן װאָס איך האָב דיר צוגעזאָגט.
16האָט יעקב זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון ז ַײן שלאָף ,און ער האָט געזאָגט:
פֿאַר װאָר ,גאָט איז פֿאַראַן אין דעם דאָזיקן אָרט ,און איך האָב ניט
געװוּסט 17 .און ער האָט מוֹרא געהאַט ,און האָט געזאָגט :װי
מוֹראדיק איז דער דאָזיקער אָרט! דאָס איז ניט אַנדערש װי דאָס
הױז פֿון גאָט ,און דאָס איז דער טױער פֿון הימל.
18און יעקב האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און ער האָט גענומען
דעם שטײן װאָס ער האָט געמאַכט פֿאַר ז ַײן צוקאָפּנס ,און האָט אים
געמאַכט פֿאַר אַ ז ַײלשטײן ,און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אײל אױף ז ַײן
שפּיץ 19 .און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ביתֵ -אל,
אָבער לוז איז געװען דער נאָמען פֿון דער שטאָט צוערשט 20 .און
יעקב האָט אַ נדר געטאָן ,אַזױ צו זאָגן :אױב גאָט װעט ז ַײן מיט מיר,
און װעט מיך היטן אױף דעם דאָזיקן װעג װאָס איך גײ ,און ער װעט
מיר געבן ברױט צום עסן ,און אַ בגד אָנצוטאָן 21 ,און איך װעל מיך
אומקערן בשלום צו מ ַײן פֿאָטערס הױז ,װעט יהוה מיר ז ַײן צום
גאָט 22 .און דער דאָזיקער שטײן װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַר אַ
ז ַײלשטײן ,װעט ז ַײן אַ הױז פֿון גאָט; און פֿון אַלץ װאָס דו װעסט מיר
געבן ,װעל איך מעשׂרן מעשׂר צו דיר.
1און יעקב האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע פֿיס ,און איז געגאַנגען
צו דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון מזרח 2 .און ער האָט אַכט
קוק געטאָן ,ערשט אַ ברונעם איז אין פֿעלד ,און זע ,דר ַײ סטאַדעס
שאָף הױערן דאָרטן ב ַײ אים; װאָרום פֿון יענעם ברונעם פֿלעגט מען
אָנטרינקען די סטאַדעס ,און דער שטײן אױפֿן מױל פֿון ברונעם איז