Page 58 - Breyshis
P. 58
בראשית
13האָט ז ַײן מוטער צו אים געזאָגט :אױף מיר ד ַײן קללה ,מ ַײן זון!
נאָר הער צו מ ַײן ָקול ,און גײ ברענג מיר.
14איז ער געגאַנגען ,און האָט גענומען און געבראַכט צו ז ַײן מוטער,
און ז ַײן מוטער האָט געמאַכט אַ מאכל אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער האָט ליב
געהאַט 15 .און רבקה האָט גענומען די שענסטע בגדים פֿון איר
עלטערן זון ֵע ָשׂון ,װאָס ז ַײנען געװען ב ַײ איר אין הױז ,און זי האָט
אָנגעטאָן איר י ִינגערן זון יעקבן 16 .און די פֿעלכלעך פֿון די
ציגנבעקלעך האָט זי אָנגעטאָן אױף ז ַײנע הענט און אױף ז ַײן גלאַטן
האַלדז 17 .און זי האָט געגעבן דעם מאכל און דאָס ברױט װאָס זי
האָט געמאַכט ,אין דער האַנט פֿון איר זון יעקבן.
18און ער איז געקומען צו ז ַײן פֿאָטער ,און האָט געזאָגט :פֿאָטער
מ ַײנער! האָט ער געזאָגט :דאָ בין איך; װער ביסטו מ ַײן זון? 19האָט
יעקב געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער :איך בין ֵע ָשׂו ד ַײן ב ָכור; איך האָב
געטאָן אַזױ װי דו האָסט מיר געהײסן .הײב דיך אױף ,איך בעט דיך,
זעץ דיך ,און עס פֿון מ ַײן געפֿאַנג ,כּדי ד ַײן זעל זאָל מיך בענטשן20 .
האָט יצחק געזאָגט צו ז ַײן זון :װי האָסטו עפּעס אַזױ גיך געפֿונען,
מ ַײן זון? האָט ער געזאָגט :װ ַײל יהוה ד ַײן גאָט האָט מיר צוגעשיקט
אַ טראַף 21 .האָט יצחק געזאָגט צו יעקבן :גענען ,איך בעט דיך ,און
לאָמיך דיך אָנטאַפּן ,מ ַײן זון ,אױב דו ביסט דאָס מ ַײן זון ֵע ָשׂו ,אָדער
ניט 22 .האָט יעקב גענענט צו ז ַײן פֿאָטער יצחקן ,און ער האָט אים
אָנגעטאַפּט ,און האָט געזאָגט :דער ָקול איז דער ָקול פֿון יעקבן,
אָבער די הענט ז ַײנען די הענט פֿון ֵע ָשׂון 23 .און ער האָט אים ניט
דערקענט ,װ ַײל ז ַײנע הענט ז ַײנען געװען האָריק ,אַזױ װי די הענט
פֿון ז ַײן ברודער ֵע ָשׂון; און ער האָט אים געבענטשט 24 .און ער האָט
געזאָגט :דו ביסט דאָס מ ַײן זון ֵע ָשׂו? האָט ער געזאָגט :איך בין עס.
25האָט ער געזאָגט :דערלאַנג מיר ,און איך װעל עסן פֿון מ ַײן זונס
געפֿאַנג ,כּדי מ ַײן זעל זאָל דיך בענטשן .האָט ער אים דערלאַנגט ,און
ער האָט געגעסן; און ער האָט אים געבראַכט װ ַײן ,און ער האָט
געטרונקען 26 .און ז ַײן פֿאָטער יצחק האָט געזאָגט צו אים :גענען,
איך בעט דיך ,און טו מיך אַ קוש ,מ ַײן זון 27 .האָט ער גענענט ,און
האָט אים אַ קוש געטאָן .און ער האָט געשמעקט דעם ריח פֿון ז ַײנע
בגדים ,און האָט אים געבענטשט ,און געזאָגט:
זע ,דער ריח פֿון מ ַײן זון
איז װי דער ריח פֿון אַ פֿעלד