Page 60 - Breyshis
P. 60

‫בראשית‬

  ‫פֿאַרזאָרגט‪ ,‬און פֿאַר דיר‪ ,‬װאָס קען איך דען טאָן‪ ,‬מ ַײן זון? ‪ 38‬האָט‬
    ‫ֵע ָשׂו געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער‪ :‬איז דאָס די אײנציקע ברכה ב ַײ דיר‪,‬‬
          ‫מ ַײן פֿאָטער? בענטש מיך אױך‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער‪ .‬און ֵע ָשׂו האָט‬
   ‫אױפֿגעהױבן ז ַײן ָקול און האָט געװײנט‪ 39 .‬האָט ז ַײן פֿאָטער יצחק‬
                              ‫זיך אָפּגערופֿן און האָט צו אים געזאָגט‪:‬‬
        ‫זע‪ ,‬װ ַײט פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד װעט ז ַײן ד ַײן װױנונג‪,‬‬
                                     ‫און אָן דעם הימלס טױ פֿון אױבן;‬
                                   ‫און אױף ד ַײן שװערד װעסטו לעבן‪,‬‬
                                        ‫און ד ַײן ברודער װעסטו דינען;‬
                       ‫‪ 40‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז דו װעסט זיך אָפּר ַײסן‪,‬‬
                         ‫װעסטו אַראָפּװאַרפֿן ז ַײן יאָך פֿון ד ַײן האַלדז‪.‬‬

‫‪ 41‬און ֵע ָשׂו האָט פֿ ַײנט געקריגן יעקבן איבער דער ברכה װאָס ז ַײן‬
‫פֿאָטער האָט אים געבענטשט‪ ,‬און ֵע ָשׂו האָט געזאָגט ב ַײ זיך אין‬
‫האַרצן‪ :‬זאָלן אָנקומען די טרױערטעג נאָך מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬און איך װעל‬

                                             ‫הרגען מ ַײן ברודער יעקבן‪.‬‬

‫‪ 42‬ז ַײנען דערצײלט געװאָרן רבקהן די װערטער פֿון איר עלטערן זון‬
‫ֵע ָשׂון‪ ,‬און זי האָט געשיקט און האָט גערופֿן איר יִינגערן זון יעקבן‪,‬‬
‫און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬ד ַײן ברודער ֵע ָשׂו טרײסט זיך װעגן‬
‫דיר‪ ,‬אַז ער װעט דיך הרגען‪ 43 .‬און אַצונד‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬הער צו מ ַײן ָקול‪,‬‬
‫און שטײ אױף‪ ,‬אַנטלױף דיר צו מ ַײן ברודער ָל ָבנען קײן ָח ָרן‪ 44 .‬און‬
‫װעסט זיצן ב ַײ אים עטלעכע יאָר‪ ,‬ביז װאַנען דער גרימצאָרן פֿון ד ַײן‬
‫ברודער װעט אָפּגײן; ‪ 45‬ביז דער כּעס פֿון ד ַײן ברודער װעט זיך‬
‫אָפּקערן פֿון דיר‪ ,‬און ער װעט פֿאַרגעסן װאָס דו האָסט אים געטאָן;‬
‫און איך װעל שיקן‪ ,‬און װעל דיך אָפּנעמען פֿון דאָרטן‪ .‬נאָך װאָס זאָל‬

                                 ‫איך אָנװערן א ַײך בײדן אין אײן טאָג?‬

‫‪ 46‬און רבקה האָט געזאָגט צו יצחקן‪ :‬מ ַײן לעבן איז מיר ִנמאס פֿון‬
‫װעגן די טעכטער פֿון ֵחת; אױב יעקב נעמט אַ װ ַײב פֿון די טעכטער‬
‫פֿון ֵחת‪ ,‬אַזױ װי די דאָזיקע‪ ,‬פֿון די טעכטער פֿון לאַנד‪ ,‬װאָס טױג מיר‬

                                                            ‫דאָס לעבן?‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65