Page 65 - Breyshis
P. 65

‫בראשית‬

‫‪ 30‬און ער איז געקומען אױך צו רחלען‪ .‬און ער האָט רחלען אױך‬
‫מער ליב געהאַט פֿון לאהן; און ער האָט געדינט ב ַײ אים נאָך זיבן‬

                                                           ‫אַנדערע יאָר‪.‬‬

‫‪ 31‬און גאָט האָט געזען אַז לאה איז אומבאַליבט‪ ,‬און ער האָט‬
‫געעפֿנט איר טראַכט; און רחל איז געװען אַן עקרה‪ 32 .‬און לאה איז‬
‫טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון‪ ,‬און זי האָט גערופֿן ז ַײן‬
‫נאָמען ְראו ֵבן‪ ,‬װ ַײל זי האָט געזאָגט‪ :‬יאָ‪ ,‬גאָט האָט געזען מ ַײן פּ ַײן‪,‬‬
‫װאָרום אַצונד װעט מיך מ ַײן מאַן ליב האָבן‪ 33 .‬און זי איז װידער‬
‫טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון‪ ,‬און זי האָט געזאָגט‪:‬‬
‫װ ַײל גאָט האָט געהערט אַז איך בין אומבאַליבט‪ ,‬דרום האָט ער מיר‬
‫געגעבן אױך דעם דאָזיקן; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ִש ְמעוֹן‪34 .‬‬
‫און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון‪ ,‬און זי‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬אַצונד דאָס מאָל װעט מ ַײן מאַן װערן צוגעטאָן צו‬
‫מיר‪ ,‬װ ַײל איך האָב אים געבאָרן דר ַײ זין; דרום האָט מען גערופֿן ז ַײן‬
‫נאָמען ֵל ִוי‪ 35 .‬און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט‬
‫געבאָרן אַ זון‪ ,‬און זי האָט געזאָגט‪ :‬דאָס מאָל טו איך לױבן גאָט;‬
‫דרום האָט זי גערופֿן ז ַײן נאָמען יהו ָדה‪ .‬און זי האָט אױפֿגעהערט‬

                                                                ‫געבערן‪.‬‬

‫‪ 1‬און אַז רחל האָט געזען אַז זי געבערט ניט פֿון יעקבן‪ ,‬האָט‬

‫רחל מקנא געװען איר שװעסטער‪ ,‬און זי האָט געזאָגט צול‬

‫יעקבן‪ :‬גיב מיר קינדער‪ ,‬אַניט שטאַרב איך‪ 2 .‬האָט דער צאָרן פֿון‬
‫יעקבן געגרימט אױף רחלען‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬בין איך דען אױף‬
‫דעם אָרט פֿון גאָט‪ ,‬װאָס האָט פֿאַרמיטן פֿון דיר פֿרוכט פֿון ל ַײב? ‪3‬‬
‫האָט זי געזאָגט‪ :‬אָט איז מ ַײן דינסט בל ָהה‪ ,‬קום צו איר‪ ,‬און זי װעט‬
‫געבערן אױף מ ַײנע קני‪ ,‬און אױך איך װעל אױפֿגעריכט װערן פֿון‬

                                                                    ‫איר‪.‬‬

‫‪ 4‬און זי האָט אים געגעבן איר דינסט בל ָההן פֿאַר אַ װ ַײב‪ ,‬און יעקב‬
‫איז צו איר געקומען‪ 5 .‬און בל ָהה איז טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט‬
‫יעקבן געבאָרן אַ זון‪ 6 .‬און רחל האָט געזאָגט‪ :‬גאָט האָט זיך פֿאַר‬
‫מיר אָנגענומען‪ ,‬און האָט אױך מ ַײן ָקול צוגעהערט‪ ,‬און מיר געגעבן‬
‫אַ זון; דרום האָט זי גערופֿן ז ַײן נאָמען ָדן‪ 7 .‬און בל ָהה‪ ,‬רחלס דינסט‪,‬‬
   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70