Page 67 - Breyshis
P. 67

‫בראשית‬

‫‪ 22‬און גאָט האָט געדאַכט אָן רחלען‪ ,‬און גאָט האָט צוגעהערט צו‬
‫איר‪ ,‬און האָט געעפֿנט איר טראַכט‪ 23 .‬און זי איז טראָגעדיק‬
‫געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט געזאָגט‪ :‬גאָט האָט‬
‫אָפּגעטאָן מ ַײן חרפּה‪ 24 .‬און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען יוֹסף‪ ,‬אַזױ צו‬

                        ‫זאָגן‪ :‬גאָט זאָל מיר צוגעבן נאָך אַן אַנדער זון‪.‬‬

‫‪ 25‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז רחל האָט געבאָרן יוֹספֿן‪ ,‬האָט יעקב‬
‫געזאָגט צו ָל ָבנען‪ :‬לאָז מיך אַװעק‪ ,‬און איך װעל גײן צו מ ַײן אָרט און‬
‫צו מ ַײן לאַנד‪ 26 .‬גיב מיר מ ַײנע װ ַײבער און מ ַײנע קינדער‪ ,‬װאָס איך‬
‫האָב דיר פֿאַר זײ געדינט‪ ,‬און איך װעל גײן; װאָרום דו װײסט מ ַײן‬

                                     ‫דינסט װאָס איך האָב דיר געדינט‪.‬‬

‫‪ 27‬האָט ָל ָבן צו אים געזאָגט‪ :‬אױב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איך האָב געפֿונען‬
‫ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן –; איך האָב געמערקט אַז גאָט האָט‬
‫מיך געבענטשט פֿון ד ַײנעטװעגן‪ 28 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬זאָג מיר‬

                                           ‫ד ַײן לױן‪ ,‬און איך װעל געבן‪.‬‬

‫‪ 29‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬דו װײסט װי איך האָב דיר געדינט‪ ,‬און‬
‫װאָס ד ַײן פֿי איז געװאָרן אונטער מיר; ‪ 30‬װאָרום װינציק‪-‬װאָס‬
‫האָסטו געהאַט פֿאַר מיר‪ ,‬און עס האָט זיך פֿאַרמערט ל ָרוב‪ ,‬און גאָט‬
‫האָט דיך געבענטשט אין מ ַײנע טריט‪ .‬און אַצונד‪ ,‬װען װעל איך אױך‬

                                             ‫טאָן פֿאַר מ ַײן הױזגעזינט?‬

‫‪ 31‬האָט ער געזאָגט‪ :‬װאָס זאָל איך דיר געבן? האָט יעקב געזאָגט‪:‬‬
‫זאָלסט מיר גאָרנישט געבן; אױב דו װעסט מיר טאָן די דאָזיקע זאַך‪,‬‬
‫װעל איך װידער פֿיטערן ד ַײנע שאָף‪ ,‬און היטן‪ 32 :‬איך װעל דורכגײן‬
‫ה ַײנט דורך אַלע ד ַײנע שאָף‪ ,‬אָפּצוטאָן פֿון דאָרטן איטלעך‬
‫געשפּרענקלט און געפֿלעקט לאַם‪ ,‬און איטלעך טונקל לאַם צװישן‬
‫די שעפּסן‪ ,‬און געפֿלעקט און געשפּרענקלט צװישן די ציגן; און‬
‫אַזױנס זאָל ז ַײן מ ַײן לױן‪ 33 .‬און עדות זאָגן װעט אױף מיר מ ַײן‬
‫ערלעכקײט פֿאַר דיר‪ ,‬אין אַ שפּעטערדיקן טאָג‪ ,‬אַז דו װעסט קומען‬
‫איבערקוקן מ ַײן לױן‪ :‬איטלעכס װאָס איז ניט געשפּרענקלט און‬
‫געפֿלעקט צװישן די ציגן און טונקל צװישן די שעפּסן‪ ,‬איז דאָס אַ‬

                                                    ‫געגנבעטס ב ַײ מיר‪.‬‬

‫‪ 34‬האָט ָל ָבן געזאָגט‪ :‬יאָ‪ ,‬זאָל ז ַײן אַזױ װי ד ַײן װאָרט‪ 35 .‬און ער‬
‫האָט אָפּגעטאָן אין יענעם טאָג די געשטר ַײפֿטע און געפֿלעקטע‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72