Page 72 - Breyshis
P. 72

‫בראשית‬

‫מאַטערניש פֿון מ ַײנע הענט‪ ,‬און ער האָט אַנטשײדט נעכטן ב ַײ‬
                                                                  ‫נאַכט‪.‬‬

‫‪ 43‬האָט ָל ָבן געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו יעקבן; די טעכטער‬
‫ז ַײנען מ ַײנע טעכטער‪ ,‬און די קינדער מ ַײנע קינדער‪ ,‬און די שאָף‬
‫מ ַײנע שאָף‪ ,‬און אַלץ װאָס דו זעסט איז מ ַײנס; און װאָס קען איך‬
‫ה ַײנט טאָן צו די דאָזיקע טעכטער מ ַײנע‪ ,‬אָדער צו זײערע קינדער‬
‫װאָס זײ האָבן געבאָרן? ‪ 44‬און אַצונד‪ ,‬קום לאָמיר שליסן אַ בונד‪,‬‬

   ‫איך און דו‪ ,‬און זאָל עס ז ַײן צום עדות צװישן מיר און צװישן דיר‪.‬‬

‫‪ 45‬האָט יעקב גענומען אַ שטײן‪ ,‬און האָט אים אױפֿגעשטעלט פֿאַר‬
‫אַ ז ַײלשטײן‪ 46 .‬און יעקב האָט געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬קל ַײבט אָן‬
‫שטײנער‪ .‬האָבן זײ גענומען שטײנער‪ ,‬און געמאַכט אַ הױפֿן‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געגעסן דאָרטן אױפֿן הױפֿן‪ 47 .‬און ָל ָבן האָט אים גערופֿן ְיַגר‪-‬‬
‫ָשׂ ֲהדותאָ‪ ,‬און יעקב האָט אים גערופֿן ַגל‪ֵ -‬עד‪ 48 .‬און ָל ָבן האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬דער דאָזיקער הױפֿן איז אַן עדות צװישן מיר און צװישן דיר‬
‫ה ַײנט‪ .‬דרום האָט מען גערופֿן ז ַײן נאָמען ִגל ָעד; ‪ 49‬און אױך ִמצ ָפּה‪,‬‬
‫װ ַײל ער האָט געזאָגט‪ :‬גאָט זאָל אַראָפּקוקן צװישן מיר און צװישן‬
‫דיר‪ ,‬װען מיר װעלן ז ַײן פֿאַרהױלן אײנער פֿון אַנדערן‪ 50 ,‬אױב דו‬
‫װעסט פּ ַײניקן מ ַײנע טעכטער‪ ,‬און אױב דו װעסט צונעמען אַנדערע‬
‫װ ַײבער צו מ ַײנע טעכטער‪ ,‬בעת קײן מענטש איז ניטאָ לעבן אונדז;‬

                     ‫זע‪ ,‬גאָט איז אַן עדות צװישן מיר און צװישן דיר‪.‬‬

‫‪ 51‬און ָל ָבן האָט געזאָגט צו יעקבן‪ :‬אָט איז דער דאָזיקער הױפֿן‪ ,‬און‬
‫אָט איז דער ז ַײלשטײן‪ ,‬װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און‬
‫צװישן דיר‪ 52 .‬אַן עדות איז דער דאָזיקער הױפֿן‪ ,‬און אַן עדות דער‬
‫ז ַײלשטײן‪ ,‬אַז איך װעל ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן הױפֿן צו דיר‪,‬‬
‫און אַז דו װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן הױפֿן און דעם דאָזיקן‬
‫ז ַײלשטײן צו מיר‪ ,‬צום בײזן‪ 53 .‬זאָל דער גאָט פֿון אבֿרהמען‪ ,‬און‬
‫דער גאָט פֿון ָנחוֹרן‪ ,‬דער גאָט פֿון זײער פֿאָטער‪ ,‬משפּטן צװישן‬
‫אונדז‪ .‬און יעקב האָט געשװאָרן ב ַײ דער פֿאָרכט פֿון ז ַײן פֿאָטער‬

                                                                 ‫יצחקן‪.‬‬

‫‪ 54‬און יעקב האָט געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אױפֿן באַרג‪ ,‬און ער‬
‫האָט גערופֿן ז ַײנע ברידער צו עסן ברױט; און זײ האָבן געגעסן‬

                            ‫ברױט‪ ,‬און האָבן גענעכטיקט אױפֿן באַרג‪.‬‬
   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77