Page 74 - Breyshis
P. 74
בראשית
האַנט פֿון מ ַײן ברודער ,פֿון דער האַנט פֿון ֵע ָשׂון ,װאָרום איך האָב
מוֹרא פֿאַר אים ,ער זאָל ניט קומען און מיך שלאָגן מוטער מיט
קינדער 13 .דו האָסט דאָך געזאָגט :גוטס טאָן װעל איך גוטס טאָן
מיט דיר ,און איך װעל מאַכן ד ַײן זאָמען אַזױ װי דער זאַמד פֿון ים,
װאָס קען ניט געצײלט װערן פֿון פֿילקײט.
14און ער האָט דאָרטן גענעכטיקט יענע נאַכט; און ער האָט
גענומען פֿון װאָס אים איז געקומען צו דער האַנט ,אַ מתּנה פֿאַר ז ַײן
ברודער ֵע ָשׂון 15 :צװײ הונדערט ציגן ,און צװאַנציק בעק ,צװײ
הונדערט שעפּסן ,און צװאַנציק װידערס 16 ,דר ַײסיק קעמלען
זײגעדיקע מיט זײערע יונגע ,פֿערציק קי ,און צען אָקסן ,צװאַנציק
אײזעלינס ,און צען יונגע אײזלען 17 .און ער האָט איבערגעגעבן אין
דער האַנט פֿון ז ַײנע קנעכט ,צו סטאַדע ,צו סטאַדע באַזונדער; און
ער האָט אָנגעזאָגט ז ַײנע קנעכט :גײט מיר פֿאַרױס ,און װאַרע זאָלט
איר מאַכן צװישן סטאַדע און סטאַדע 18 .און ער האָט באַפֿױלן דעם
ערשטן ,אַזױ צו זאָגן :אַז דיך װעט באַגעגענען ֵע ָשׂו מ ַײן ברודער ,און
װעט דיך פֿרעגן ,אַזױ צו זאָגן :װעמעס ביסטו? און װוּהין גײסטו?
און װעמעס ז ַײנען די דאָזיקע פֿאַר דיר? 19זאָלסטו זאָגן :ד ַײן קנעכט
יעקבס; אַ מתּנה איז דאָס געשיקט צו מ ַײן האַר ,צו ֵע ָשׂון; און אָן
איז ער אױך הינטער אונדז 20 .און ער האָט באַפֿױלן אױך דעם
צװײטן און דעם דריטן ,און אַלע װאָס ז ַײנען געגאַנגען הינטער די
סטאַדעס ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ װי די דאָזיקע רײד זאָלט איר רעדן צו
ֵע ָשׂון ,אַז איר טרעפֿט אים; 21און איר זאָלט זאָגן :אָן איז אױך ד ַײן
קנעכט יעקב הינטער אונדז .װאָרום ער האָט געזאָגט :לאָמיך אים
איבערבעטן מיט דער מתּנה װאָס גײט מיר פֿאַרױס ,און דערנאָך װעל
איך זען ז ַײן פּנים ,אפֿשר װעט ער מיך אױפֿנעמען.
22איז די מתּנה אַװעק אים פֿאַרױס ,און ער האָט גענעכטיקט יענע
נאַכט אין לאַגער 23 .און ער איז אױפֿגעשטאַנען אין יענער נאַכט,
און האָט גענומען ז ַײנע צװײ װ ַײבער ,און ז ַײנע צװײ דינסטן ,און
ז ַײנע עלף קינדער ,און ער איז אַריבערגעפֿאָרן דעם איבערפֿאָר פֿון
ַיבוֹק 24 .ער האָט זײ גענומען ,און האָט זײ אַריבערגעפֿירט איבערן
ט ַײך ,און האָט אַריבערגעפֿירט װאָס ער האָט געהאַט.
25און אַז יעקב איז געבליבן אַלײן ,האָט אַ מאַן זיך געראַנגלט מיט
אים ביז דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען 26 .און אַז ער האָט געזען