Page 70 - Breyshis
P. 70
בראשית
דאָס פֿי פֿון ז ַײן אײגנס װאָס ער האָט אָנגעקליבן אין ַפּ ַדן-אַ ָרם – כּדי
צו גײן צו ז ַײן פֿאָטער יצחקן ,קײן כַּנ ַען 19 .און ָל ָבן איז געװען
אַװעקגעגאַנגען שערן ז ַײנע שאָף .האָט רחל אַרױסגעגנבעט דעם
תּ ָרפֿים פֿון איר פֿאָטער 20 .און יעקב האָט געגנבעט דאָס האַרץ פֿון
ָל ָבן דעם אַ ַרמי מיט װאָס ער האָט אים ניט געלאָזט מערקן אַז ער
אַנטלױפֿט 21 .און ער איז אַנטלאָפֿן מיט אַלץ װאָס ער האָט געהאַט,
און ער איז אױפֿגעשטאַנען און אַריבערגעגאַנגען דעם ט ַײך ,און האָט
געקערט ז ַײן פּנים צום באַרג ִגל ָעד.
22איז אָנגעזאָגט געװאָרן ָל ָבנען אױפֿן דריטן טאָג אַז יעקב איז
אַנטלאָפֿן 23 .האָט ער גענומען ז ַײנע ברידער מיט זיך ,און האָט אים
נאָכגעיאָגט זיבן טעג װעגס ,און ער האָט אים אָנגעיאָגט אױפֿן באַרג
ִגל ָעד.
24איז גאָט געקומען צו ָל ָבן דעם אַ ַרמי אין אַ חלום פֿון דער נאַכט,
און האָט צו אים געזאָגט :היט דיך ,זאָלסט ניט רעדן מיט יעקבן פֿון
גוטס ביז שלעכטס.
25און ָל ָבן האָט אָנגעיאָגט יעקבן .און יעקב האָט אױפֿגעשטעלט
ז ַײן געצעלט אױפֿן באַרג; אױך ָל ָבן און ז ַײנע ברידער האָבן
אױפֿגעשטעלט אױפֿן באַרג ִגל ָעד 26 .האָט ָל ָבן געזאָגט צו יעקבן:
װאָס האָסטו געטאָן װאָס דו האָסט געגנבעט מ ַײן האַרץ ,און האָסט
אַװעקגעפֿירט מ ַײנע טעכטער אַזױ װי געפֿאַנגענע פֿון שװערד? 27
פֿאַר װאָס ביסטו אַנטלאָפֿן באַהאַלטענערהײט ,און האָסט זיך
אַװעקגעגנבעט פֿון מיר ,און האָסט מיר ניט אױסגעזאָגט ,אַז איך
זאָל דיך באַלײטן מיט שׂמחה און מיט געזאַנגען ,מיט פּױק און מיט
האַרף? 28און האָסט מיך ניט געלאָזן קושן מ ַײנע זין און מ ַײנע
טעכטער .נאַריש האָסטו אַצונד געטאָן 29 .מ ַײן האַנט האָט בכּוֹח צו
טאָן מיט א ַײך שלעכטס ,נאָר דער גאָט פֿון א ַײער פֿאָטער האָט
נעכטן ב ַײ נאַכט געזאָגט צו מיר ,אַזױ צו זאָגן :היט דיך פֿון צו רעדן
מיט יעקבן פֿון גוטס ביז שלעכטס 30 .און אַצונד ,אַװעקגײן ביסטו
אַװעקגעגאַנגען ,װ ַײל בענקען האָסטו זיך פֿאַרבענקט נאָך ד ַײן
פֿאָטערס הױז ,אַלמאַי אָבער האָסטו געגנבעט מ ַײן גאָט?
31האָט יעקב געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו ָל ָבנען :װ ַײל איך
האָב מוֹרא געהאַט ,װאָרום איך האָב געקלערט :טאָמער װעסטו