Page 79 - Breyshis
P. 79

‫בראשית‬

‫‪ 24‬האָבן אַלע אַרױסגײער פֿון דעם טױער פֿון ז ַײן שטאָט צוגעהערט‬
‫צו ַחמוֹרן און צו ז ַײן זון ש ֶכמען‪ ,‬און אַלע מאַנספֿאַרשױנען ז ַײנען‬

    ‫גע ַמלט געװאָרן‪ ,‬אַלע אַרױסגײער פֿון דעם טױער פֿון ז ַײן שטאָט‪.‬‬

‫‪ 25‬און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג‪ ,‬װען זײ ז ַײנען געװען אין‬
‫װײטאָק‪ ,‬האָבן יעקבס צװײ זין‪ ,‬שמעון און ֵל ִוי‪ ,‬די ברידער פֿון דינהן‪,‬‬
‫גענומען איטלעכער ז ַײן שװערד‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען זיכערערהײט‬
‫אױף דער שטאָט‪ ,‬און האָבן אױסגעהרגעט אַלע מאַנספֿאַרשױנען‪26 .‬‬
‫אױך ַחמוֹרן און ז ַײן זון ש ֶכמען האָבן זײ געהרגעט מיטן שאַרף פֿון‬
‫שװערד; און זײ האָבן צוגענומען דינהן פֿון ש ֶכמס הױז‪ ,‬און ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען‪ 27 .‬ז ַײנען די זין פֿון יעקבן געקומען אױף די‬
‫דערשלאָגענע‪ ,‬און האָבן אױסגערױבט די שטאָט‪ ,‬װ ַײל זײ האָבן‬
‫פֿאַראומרײניקט זײער שװעסטער; ‪ 28‬זײערע שאָף און זײערע‬
‫רינדער און זײערע אײזלען‪ ,‬ס ַײ װאָס אין שטאָט‪ ,‬ס ַײ װאָס אין פֿעלד‪,‬‬
‫האָבן זײ צוגענומען; ‪ 29‬און זײער גאַנצן פֿאַרמעג‪ ,‬און אַלע זײערע‬
‫קלײנע קינדער און זײערע װ ַײבער‪ ,‬האָבן זײ געפֿאַנגען און‬

                                  ‫אַװעקגערױבט – אַלץ װאָס אין הױז‪.‬‬

‫‪ 30‬האָט יעקב געזאָגט צו שמעונען און צו ֵל ִוין‪ :‬איר האָט מיך‬
‫פֿאַראומגליקט‪ ,‬מיך צו פֿאַרמיאוסן ב ַײ דעם באַװױנער פֿון לאַנד‪ ,‬ב ַײ‬
‫דעם כַּנ ַעני און ב ַײ דעם פּ ִרזי; װאָרום איך בין אַ ה ַײפֿל מענטשן‪ ,‬און‬
‫זײ װעלן זיך אױפֿקל ַײבן אַקעגן מיר‪ ,‬און װעלן מיך שלאָגן‪ ,‬און איך‬
‫און מ ַײן הױז װעלן פֿאַרטיליקט װערן‪ 31 .‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬זאָל מען‬

             ‫אַזױ װי מיט אַ זוֹנה זיך באַגײן מיט אונדזער שװעסטער?‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט געזאָגט צו יעקבן‪ :‬שטײ אױף‪ ,‬גײ אַרױף קײן‬

‫בית‪ֵ -‬אל און זיץ דאָרטן‪ ,‬און מאַך דאָרטן אַ מזבח צו דעםלה‬

‫גאָט װאָס האָט זיך באַװיזן צו דיר ב ַײ ד ַײן אַנטלױפֿן פֿון ד ַײן ברודער‬
                                                                  ‫ֵע ָשׂון‪.‬‬

‫‪ 2‬האָט יעקב געזאָגט צו ז ַײן הױזגעזינט‪ ,‬און צו אַלע װאָס מיט אים‪:‬‬
‫טוט אָפּ די פֿרעמדע געטער װאָס צװישן א ַײך‪ ,‬און רײניקט א ַײך‪ ,‬און‬
‫ב ַײט איבער א ַײערע קלײדער‪ 3 .‬און לאָמיר אױפֿשטײן און אַרױפֿגײן‬
‫קײן בית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און איך װעל דאָרטן מאַכן אַ מזבח צו דעם גאָט װאָס‬
   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84