Page 78 - Breyshis
P. 78
בראשית
געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין א ַײערע אױגן ,און װאָס איר װעט מיר
זאָגן ,װעל איך געבן 12 .מערט אױף מיר נדן און מתּנות ביז גאָר ,און
איך װעל געבן אַזױ װי איר װעט מיר זאָגן ,נאָר גיט מיר די מײדל
פֿאַר אַ װ ַײב.
13האָבן די זין פֿון יעקבן געענטפֿערט ש ֶכמען און ז ַײן פֿאָטער ַחמוֹרן
מיט ליסטיקײט ,און זײ האָבן גערעדט – װ ַײל ער האָט
פֿאַראומרײניקט זײער שװעסטער דינהן – 14און זײ האָבן צו זײ
געזאָגט :מיר קענען ניט טאָן די דאָזיקע זאַך ,צו געבן אונדזער
שװעסטער צו אַ מאַן װאָס איז אומבאַשניטן ,װאָרום דאָס איז אַ
חרפּה פֿאַר אונדז 15 .נאָר מיט דעם באַדינג װעלן מיר א ַײנװיליקן צו
א ַײך :אױב איר װעט װערן אַזױ װי מיר ,אַז ב ַײ א ַײך זאָל גע ַמלט װערן
איטלעכער מאַנספֿאַרשױן 16 .דענצמאָל װעלן מיר א ַײך געבן
אונדזערע טעכטער ,און א ַײערע טעכטער װעלן מיר אונדז נעמען,
און מיר װעלן זיך באַזעצן ב ַײ א ַײך ,און װערן אײן פֿאָלק 17 .אָבער
אַז איר װעט ניט צוהערן צו אונדז ,זיך צו ַמלן ,װעלן מיר נעמען
אונדזער טאָכטער ,און מיר װעלן אַװעקגײן.
18און זײערע װערטער ז ַײנען װױל געפֿעלן אין די אױגן פֿון ַחמוֹרן,
און אין די אױגן פֿון ש ֶכם דעם זון פֿון ַחמוֹרן 19 .און דער יונג האָט
ניט געזאַמט צו טאָן די זאַך ,װאָרום ער האָט געגאַרט נאָך דער
טאָכטער פֿון יעקבן; און ער איז געװען דער אָנגעזעענסטער פֿון דעם
גאַנצן הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער 20 .און ַחמוֹר און ז ַײן זון ש ֶכם ז ַײנען
געקומען צום טױער פֿון זײער שטאָט ,און האָבן גערעדט צו די
מענטשן פֿון זײער שטאָט ,אַזױ צו זאָגן 21 :די דאָזיקע מענטשן
ז ַײנען אין שלום מיט אונדז; זאָלן זײ זיך באַזעצן אין לאַנד ,און
פֿאַרקערן דרינען; װאָרום זעט ,דאָס לאַנד ליגט געראַם אין אָרט פֿאַר
זײ .זײערע טעכטער װעלן מיר אונדז נעמען פֿאַר װ ַײבער ,און
אונדזערע טעכטער װעלן מיר זײ געבן 22 .אָבער נאָר מיט דעם
באַדינג װעלן די מענטשן א ַײנװיליקן צו אונדז זיך צו באַזעצן ב ַײ
אונדז ,צו װערן אײן פֿאָלק ,אַז ב ַײ אונדז זאָל גע ַמלט װערן
איטלעכער מאַנספֿאַרשױן ,אַזױ װי זײ ז ַײנען גע ַמלט 23 .זײער פֿי ,און
זײער אײגנס ,און אַלע זײערע בהמות ,װעלן דאָך ז ַײן אונדזערע;
זאָלן מיר נאָר א ַײנװיליקן צו זײ ,און זײ זאָלן זיך באַזעצן ב ַײ אונדז.