Page 76 - Breyshis
P. 76
בראשית
דאָזיקע ב ַײ דיר? האָט ער געזאָגט :די קינדער מיט װאָס גאָט האָט
געל ַײטזעליקט ד ַײן קנעכט.
6האָבן גענענט די דינסטן ,זײ און זײערע קינדער ,און האָבן זיך
געבוקט 7 .און אױך לאה און אירע קינדער האָבן גענענט ,און האָבן
זיך געבוקט; און דערנאָך האָבן גענענט יוֹסף און רחל ,און האָבן זיך
געבוקט.
8האָט ער געזאָגט :װאָס איז ב ַײ דיר די דאָזיקע גאַנצע מחנה װאָס
איך האָב באַגעגנט? האָט ער געזאָגט :צו געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין
די אױגן פֿון מ ַײן האַר 9 .האָט ֵע ָשׂו געזאָגט :איך האָב גענוג ,מ ַײן
ברודער ,זאָל בל ַײבן ב ַײ דיר װאָס ב ַײ דיר 10 .האָט יעקב געזאָגט:
נײן ,איך בעט דיך; אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב געפֿונען
ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן ,זאָלסטו אָננעמען מ ַײן מתּנה פֿון מ ַײן
האַנט ,װאָרום איך האָב געזען ד ַײן פּנים ,אַזױ װי מע זעט דעם פּנים
פֿון גאָט ,און דו האָסט מיך באַװיליקט 11 .נעם אָן ,איך בעט דיך,
מ ַײן געשאַנק װאָס איז דיר געבראַכט געװאָרן ,װ ַײל גאָט האָט מיך
געל ַײטזעליקט ,און װ ַײל ב ַײ מיר איז דאָ פֿון אַלעם .און ער איז
צוגעשטאַנען צו אים ,ביז ער האָט אָנגענומען.
12האָט ער געזאָגט :לאָמיר ציען און גײן ,און איך װעל גײן לעבן
דיר 13 .האָט ער צו אים געזאָגט :מ ַײן האַר מערקט אַז די קינדער
ז ַײנען יונג ,און די שאָף און די רינדער ז ַײנען ב ַײ מיר זײגעדיקע ,און
אַז מע װעט זײ צוטר ַײבן אײן טאָג ,װעלן אױסשטאַרבן אַלע שאָף14 .
זאָל ,איך בעט דיך ,מ ַײן האַר אַװעקגײן פֿאַרױס פֿאַר ז ַײן קנעכט ,און
איך װעל מיר ציען פּאַמעלעך נאָך די טריט פֿון דעם פֿי װאָס פֿאַר
מיר ,און נאָך די טריט פֿון די קינדער ,ביז װאַנען איך װעל קומען צו
מ ַײן האַר קײן ֵשׂ ִעיר 15 .האָט ֵע ָשׂו געזאָגט :לאָמיך אָפּשטעלן ב ַײ דיר
פֿון דעם פֿאָלק װאָס מיט מיר .האָט ער געזאָגט :נאָך װאָס גאָר זאָל
איך געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין די אױגן פֿון מ ַײן האַר?
16און ֵע ָשׂו האָט זיך אומגעקערט אין יענעם טאָג אױף ז ַײן װעג קײן
ֵשׂ ִעיר 17 .און יעקב האָט אַװעקגעצױגן קײן סוכּוֹת ,און ער האָט
געבױט פֿאַר זיך אַ הױז ,און פֿאַר ז ַײנע פֿי האָט ער געמאַכט ב ַײדלעך;
דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט סוכּוֹת.