Page 37 - Breyshis
P. 37

‫בראשית‬

‫האָבן די מענער אָנגענומען ז ַײן האַנט‪ ,‬און די האַנט פֿון ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און‬
‫די האַנט פֿון ז ַײנע צװײ טעכטער; פֿון װעגן גאָטס דערבאַרימונג אױף‬
‫אים‪ .‬און זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט‪ ,‬און האָבן אים געלאָזט אױסן‬
‫שטאָט‪ 17 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט‬
‫דרױסן‪ ,‬אַזױ האָט ער געזאָגט‪ :‬אַנטרין מיט ד ַײן לעבן; זאָלסט זיך ניט‬
‫אומקוקן הינטער דיר‪ ,‬און זיך ניט אָפּשטעלן אין דער גאַנצער געגנט;‬
‫אַנטרין צום באַרג‪ ,‬כּדי זאָלסט ניט אומגעבראַכט װערן‪ 18 .‬האָט לוט‬
‫צו זײ געזאָגט‪ :‬ניט אַזױ‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬מ ַײנע האַרן‪ 19 .‬זע‪ ,‬איך בעט‬
‫דיך‪ ,‬ד ַײן קנעכט האָט געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬און‬
‫האָסט געגרײסט ד ַײן חסד װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר‪ ,‬צו לאָזן‬
‫לעבן מ ַײן נפֿש; אָבער איך קען ניט אַנטרינען צום באַרג‪ ,‬װאָרום‬
‫דאָס בײז װעט מיך נאָך אָניאָגן‪ ,‬און איך װעל שטאַרבן‪ 20 .‬אָן‪ ,‬איך‬
‫בעט דיך‪ ,‬איז יענע שטאָט‪ ,‬נאָנט אַהין צו אַנטלױפֿן‪ ,‬און זי איז אַ‬
‫קלײנס; לאָמיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַהין אַנטרינען – זי איז דאָך אַ קלײנס‬
‫– און מ ַײן נפֿש װעט בל ַײבן לעבן‪ 21 .‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪,‬‬
‫איך שױן ד ַײן פּנים אױך אין דער דאָזיקער זאַך‪ ,‬איך זאָל ניט‬
‫איבערקערן די שטאָט װאָס דו האָסט געזאָגט‪ 22 .‬א ַײל זיך‪ ,‬אַנטרין‬
‫אַהין‪ ,‬װאָרום איך קען ניט טאָן קײן זאַך‪ ,‬ביז דו קומסט אַהין‪ .‬דרום‬

                  ‫האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט צו ַער‪.‬‬

‫‪ 23‬די זון איז געװען אױפֿגעגאַנגען אױף דער ערד‪ ,‬װען לוט איז‬
‫אָנגעקומען קײן צו ַער‪ 24 .‬און גאָט האָט געמאַכט רעגענען אױף‬
‫סדום און אױף ַעמו ָרה שװעבל און פֿ ַײער‪ ,‬פֿון גאָט‪ ,‬פֿון הימל‪ 25 .‬און‬
‫ער האָט איבערגעקערט די דאָזיקע שטעט‪ ,‬און די גאַנצע געגנט‪ ,‬און‬
‫אַלע באַװױנער פֿון די שטעט‪ ,‬און די שפּראָצונג פֿון דער ערד‪ 26 .‬און‬
‫ז ַײן װ ַײב האָט זיך אומגעקוקט פֿון הינטער אים‪ ,‬און איז געװאָרן אַ‬

                                                              ‫ז ַײל זאַלץ‪.‬‬

‫‪ 27‬און אבֿרהם האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו דעם אָרט װאָס‬
‫ער איז דאָרטן געשטאַנען פֿאַר גאָט‪ 28 .‬און ער האָט אַראָפּגעקוקט‬
‫אױף סדום און ַעמו ָרה‪ ,‬און אױף דעם גאַנצן לאַנד פֿון דער געגנט‪,‬‬
‫און ער האָט געזען‪ ,‬ערשט דער רױך פֿון לאַנד גײט אױף אַזױ װי דער‬

                                                ‫רױך פֿון אַ קאַלכאױװן‪.‬‬

‫‪ 29‬אַזױ איז געשען‪ ,‬װען גאָט האָט צעשטערט די שטעט פֿון דער‬
‫געגנט‪ ,‬אַז גאָט האָט געדאַכט אָן אבֿרהמען‪ ,‬און האָט אַרױסגעשיקט‬
   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42