Page 34 - Breyshis
P. 34
בראשית
– 11און אבֿרהם און שׂרה ז ַײנען געװען באַטאָגטע זקנים; ב ַײ שׂרהן
האָט אױפֿגעהערט צו ז ַײן דער שטײגער װי ב ַײ װ ַײבער 12 – .און
שׂרה האָט געלאַכט אין זיך אַזױ צו זאָגן :נאָכדעם װי איך בין אַלט
געװאָרן ,זאָל איך נאָך האָבן תּענוג? דערצו איז מ ַײן האַר אַלט13 .
האָט גאָט געזאָגט צו אבֿרהמען :פֿאַר װאָס האָט שׂרה געלאַכט ,אַזױ
צו זאָגן :צי קען איך אין דער אמתן געבערן ,אַז איך בין אַלט? 14איז
דען אַ זאַך פֿאַרמיטן פֿון גאָט? צו דער באַשטימטער צ ַײט װעל איך
װידערקערן צו דיר ,אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר ,און שׂרה װעט
האָבן אַ זון 15 .האָט שׂרה געלײקנט ,אַזױ צו זאָגן :איך האָב ניט
געלאַכט; װאָרום זי האָט מורא געהאַט; און ער האָט געזאָגט :נײן,
האָסט יאָ געלאַכט.
16און די מענער ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען פֿון דאָרטן ,און האָבן
אַראָפּגעקוקט אױף סדום .און אבֿרהם איז געגאַנגען מיט זײ ,זײ צו
באַלײטן 17 .און גאָט האָט געזאָגט :זאָל איך פֿאַרדעקן פֿון אבֿרהמען
װאָס איך װיל טאָן? 18און אבֿרהם װעט דאָך װערן אַ גרױס און
מאַכטיק פֿאָלק ,און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זיך בענטשן
מיט אים; 19װאָרום איך האָב אים דערקענט ,כּדי ער זאָל באַפֿעלן
ז ַײנע קינדער ,און ז ַײן הױז נאָך אים ,אַז זײ זאָלן היטן דעם װעג פֿון
גאָט ,צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט ,כּדי גאָט זאָל ברענגען אױף
אבֿרהמען װאָס ער האָט גערעדט װעגן אים 20 .און גאָט האָט
געזאָגט :דאָס געשרײ װעגן סדום און ַעמו ָרה איז פֿאַר װאָר גרױס,
און זײער זינד איז פֿאַר װאָר זײער שװער 21 .לאָמיך אַקאָרשט
אַראָפּנידערן און זען ,אױב זײ האָבן אין גאַנצן געטאָן אַזױ װי דאָס
געשרײ װאָס איז געקומען צו מיר; און אױב ניט ,לאָמיך װיסן 22 .און
די מענער האָבן זיך פֿאַרקערט פֿון דאָרטן ,און ז ַײנען געגאַנגען קײן
סדום; און אבֿרהם איז נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַר גאָט 23 .און
אבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט :ניט-שױן װעסטו
אומברענגען דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן? 24טאָמער ז ַײנען
דאָ פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט ,ניט-שױן װעסטו זײ
אומברענגען ,און װעסט ניט פֿאַרגעבן דעם אָרט פֿון װעגן די פֿופֿציק
אומשולדיקע װאָס אין איר? 25חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך ,צו
טײטן דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן ,אַז דער אומשולדיקער
זאָל ז ַײן אַזױ װי דער שולדיקער; חלילה דיר! זאָל דער ריכטער פֿון
דער גאַנצער ערד ניט טאָן גערעכטיקײט? 26האָט גאָט געזאָגט:
אױב איך װעל געפֿינען אין סדום פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער