Page 93 - Breyshis
P. 93
בראשית
12האָט יוֹסף צו אים געזאָגט :דאָס איז דער פּיתרון דערפֿון :די דר ַײ
צװ ַײגן דאָס ז ַײנען דר ַײ טעג 13 .אין דר ַײ טעג אַרום װעט ַפּרעה
אױפֿנעמען ד ַײן קאָפּ ,און װעט דיך אומקערן אױף ד ַײן שטאַנד ,און
װעסט דערלאַנגען ַפּרעהס בעכער אין ז ַײן האַנט ,לױטן פֿריערדיקן
שטײגער ,װען דו ביסט געװען ז ַײן טראַנקמ ַײסטער 14 .אָבער זאָלסט
מיך געדענקען ב ַײ זיך ,אַז דיר װעט גוט ז ַײן ,און זאָלסט טאָן ,איך
בעט דיך ,אַ חסד מיט מיר ,און מיך דערמאָנען פֿאַר ַפּרעהן ,און מיך
אַרױסציען פֿון דעם דאָזיקן הױז 15 .װאָרום געגנבעט בין איך
געגנבעט געװאָרן פֿון לאַנד פֿון די ִעברים; און דאָ אױך האָב איך קײן
זאַך ניט געטאָן ,װאָס מע האָט מיך אַר ַײנגעזעצט אין תּפֿיסה.
16האָט דער אױבערבעקער געזען אַז ער האָט צום גוטן פּוֹתר
געװען ,און ער האָט געזאָגט צו יוֹספֿן :מיר אױך האָט זיך געחלומט,
ערשט דר ַײ געפֿלאָכטענע קערב ז ַײנען אױף מ ַײן קאָףּ; 17און אין
דעם אױבערשטן קאָרב איז פֿון אַלערלײ עסנװאַרג פֿאַר ַפּרעהן,
געבעקזאַכן ,און די פֿױגלען עסן זײ פֿון דעם קאָרב איבער מ ַײן קאָףּ.
18האָט יוֹסף געענטפֿערט און האָט געזאָגט :דאָס איז דער פּיתרון
דערפֿון :די דר ַײ קערב דאָס ז ַײנען דר ַײ טעג 19 .אין דר ַײ טעג אַרום
װעט ַפּרעה אַראָפּנעמען ד ַײן קאָפּ פֿון דיר ,און װעט דיך אױפֿהענגען
אױף אַ בױם ,און די פֿױגלען װעלן עסן ד ַײן פֿלײש פֿון דיר.
20און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג ,אין ַפּרעהס געבורטסטאָג,
האָט ער געמאַכט אַ מאָלצ ַײט פֿאַר אַלע ז ַײנע קנעכט ,און האָט
אױפֿגענומען דעם קאָפּ פֿון דעם אױבערטראַנקמ ַײסטער ,און דעם
קאָפּ פֿון דעם אױבערבעקער ,צװישן ז ַײנע קנעכט 21 .און
ער האָט אומגעקערט דעם אױבערטראַנקמ ַײסטער צו ז ַײן
טראַנקמ ַײסטערשאַפֿט; און ער האָט דערלאַנגט דעם בעכער אין
ַפּרעהס האַנט 22 .און דעם אױבערבעקער האָט ער
אױפֿגעהאַנגען ,אַזױ װי יוֹסף האָט זײ פּוֹתר געװען 23 .אָבער דער
אױבערטראַנקמ ַײסטער האָט ניט געדאַכט אָן יוֹספֿן ,און האָט אים
פֿאַרגעסן.