Page 96 - Breyshis
P. 96

‫בראשית‬

‫זיבן הונגעריאָרן‪ ,‬און די גאַנצע זעט װעט ז ַײן פֿאַרגעסן אין לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים; און דער הונגער װעט פֿאַרלענדן דאָס לאַנד‪ 31 .‬און פֿון דער‬
‫זעט װעט ניט ז ַײן צו מערקן אין לאַנד‪ ,‬פֿון װעגן יענעם הונגער װאָס‬
‫נאָכדעם; װאָרום ער װעט ז ַײן זײער שװער‪ 32 .‬און װאָס דער חלום‬
‫האָט זיך איבערגעחזרט אַ צװײט מאָל‪ :‬װ ַײל די זאַך איז פֿעסט פֿון‬
‫גאָט‪ ,‬און גאָט א ַײלט דאָס צו טאָן‪ 33 .‬און אַצונד‪ ,‬זאָל ַפּרעה זען אַ‬
‫פֿאַרשטאַנדיקן און אַ קלוגן מאַן‪ ,‬און אים שטעלן איבערן לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 34 .‬זאָל ַפּרעה דאָס טאָן‪ ,‬און זאָל ער אױפֿזעצן אױפֿזעער‬
‫איבערן לאַנד‪ ,‬און באַװאָרענען דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים אין די זיבן זאַטע‬
‫יאָרן‪ 35 .‬און זאָל מען אױפֿזאַמלען די גאַנצע שפּ ַײז פֿון די דאָזיקע‬
‫גוטע יאָרן װאָס קועמן‪ ,‬און זאָל מען אָנקל ַײבן תּבואה אונטער דער‬
‫האַנט פֿון ַפּרעהן‪ ,‬פֿאַר שפּ ַײז אין די שטעט‪ ,‬און היטן‪ 36 .‬און די‬
‫שפּ ַײז װעט ז ַײן אַװעקגעלײגט פֿאַרן לאַנד‪ ,‬אױף די זיבן הונגעריאָרן‬
‫װאָס װעלן ז ַײן אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬און דאָס לאַנד װעט ניט פֿאַרשניטן‬

                                                      ‫װערן פֿון הונגער‪.‬‬

‫‪ 37‬און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ַפּרעהן‪ ,‬און אין די‬
‫אױגן פֿון אַלע ז ַײנע קנעכט‪ 38 .‬און פּרעה האָט געזאָגט צו ז ַײנע‬
‫קנעכט‪ :‬קענען מיר דען געפֿינען אַזאַ װי דער דאָזיקער‪ ,‬אַ מאַן װאָס‬
‫דער ג ַײסט פֿון גאָט איז אין אים? ‪ 39‬און ַפּרעה האָט געזאָגט צו‬
‫יוֹספֿן‪ :‬נאָכדעם װי גאָט האָט דיך געלאָזט װיסן דאָס אַלץ‪ ,‬איז ניטאָ‬
‫אַ פֿאַרשטאַנדיקער און אַ קלוגער אַזױ װי דו‪ 40 .‬דו װעסט ז ַײן‬
‫איבער מ ַײן הױז‪ ,‬און לױט ד ַײן מױל זאָל געװירטשאַפֿט װערן מ ַײן‬
‫גאַנץ פֿאָלק; נאָר מיטן טראָן װעל איך ז ַײן גרעסער פֿון דיר‪ 41 .‬און‬
‫ַפּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬זע‪ ,‬איך האָב דיך אױפֿגעזעצט איבערן‬
‫גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 42 .‬און ַפּרעה האָט אַראָפּגענומען ז ַײן זיגלרינג‬
‫פֿון ז ַײן האַנט‪ ,‬און האָט אים אָנגעטאָן אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן‪,‬‬
‫און ער האָט אים אָנגעקלײדט אין ל ַײנענע בגדים‪ ,‬און אים אָנגעטאָן‬
‫אַ גילדערנע קײט אױפֿן האַלדז‪ 43 .‬און ער האָט אים געמאַכט פֿאָרן‬
‫אין ז ַײן צװײטן ר ַײטװאָגן; און מע האָט אױסגערופֿן פֿאַר אים‪ :‬אבֿרך!‬

          ‫און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבערן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 44‬און ַפּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬איך בין ַפּרעה‪ ,‬אָבער אָן דיר‬
‫זאָל קײנער ניט אױפֿהײבן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס אין גאַנצן לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 45 .‬און ַפּרעה האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יוֹספֿן‪ָ ,‬צפַֿנת‪-‬‬
   91   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101