Page 98 - Breyshis
P. 98
בראשית
גאַנצער ערד איז מען געקומען קײן ִמצ ַר ִים צו יוֹספֿן קױפֿן תּבואה,
װאָרום דער הונגער איז געװען שטאַרק אױף דער גאַנצער ערד.
1און יעקב האָט געזען אַז עס איז דאָ תּבואה אין ִמצ ַר ִים,
און יעקב האָט געזאָגט צו ז ַײנע זין :װאָס קוקט איר א ַײךמב
אָן? 2און ער האָט געזאָגט :אָט האָב איך געהערט ,אַז עס איז דאָ
תּבואה אין ִמצ ַר ִים .נידערט אַראָפּ אַהין ,און קױפֿט אונדז א ַײן פֿון
דאָרטן ,כּדי מיר זאָלן לעבן און ניט שטאַרבן.
3האָבן יוֹספֿס צען ברידער אַראָפֿגענידערט קױפֿן תּבואה פֿון
ִמצ ַר ִים 4 .אָבער בנימין ,יוֹספֿס ברודער ,האָט יעקב ניט מיטגעשיקט
מיט ז ַײנע ברידער ,װ ַײל ער האָט געזאָגט :טאָמער װעט אים טרעפֿן
אַן אומגליק.
5ז ַײנען געקומען די זין פֿון ישׂראלן א ַײנקױפֿן ,צװישן די װאָס ז ַײנען
געקומען ,װאָרום דער הונגער איז געװען אין לאַנד כַּנ ַען 6 .און יוֹסף
איז געװען דער געװעלטיקער איבערן לאַנד; ער איז געװען דער װאָס
האָט פֿאַרקױפֿט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד .ז ַײנען געקומען יוֹספֿס
ברידער ,און האָבן זיך צו אים געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד 7 .און
יוֹסף האָט געזען ז ַײנע ברידער ,און האָט זײ דערקענט ,אָבער ער
האָט זיך געמאַכט פֿרעמד צו זײ ,און האָט גערעדט מיט זײ האַרט,
און האָט צו זײ געזאָגט :פֿון װאַנען קומט איר? האָבן זײ געזאָגט:
פֿון לאַנד כַּנ ַען ,א ַײנצוקױפֿן שפּ ַײז.
8און יוֹסף האָט דערקענט ז ַײנע ברידער ,אָבער זײ האָבן אים ניט
דערקענט 9 .און יוֹסף האָט זיך דערמאָנט אָן די חלוֹמות ,װאָס
האָבן זיך אים געחלומט װעגן זײ ,און ער האָט צו זײ געזאָגט:
אױסקוקערס ז ַײט איר; צו זען די נאַקעטקײט פֿון לאַנד ז ַײט איר
געקומען.
10האָבן זײ צו אים געזאָגט :נײן ,מ ַײן האַר ,נ ַײערט צו קױפֿן שפּ ַײז
ז ַײנען געקומען ד ַײנע קנעכט 11 .מיר אַלע ז ַײנען זין פֿון אײן מאַן;
ערלעכע מענטשן ז ַײנען מיר; ד ַײנע קנעכט ז ַײנען קײן מאָל ניט
געװען קײן אױסקוקערס.