Page 103 - Breyshis
P. 103
בראשית
װאָס איז אומגעקערט געװאָרן אין אונדזערע זעק דאָס ערשטע מאָל,
װערן מיר אַר ַײנגעבראַכט ,כּדי זיך אַרױפֿצוּװאַרפֿן אױף אונדז ,און
אָנפֿאַלן אױף אונדז ,און אונדז נעמען פֿאַר קנעכט מיט אונדזערע
אײזלען.
19האָבן זײ גענענט צו דעם מאַן װאָס איבער יוֹספֿס הױז ,און האָבן
גערעדט צו אים אין א ַײנגאַנג פֿון הױז 20 .און זײ האָבן געזאָגט :איך
בעט דיך ,מ ַײן האַר ,מיר האָבן אַראָפּגענידערט דאָס ערשטע מאָל צו
קױפֿן שפּ ַײז 21 .און עס איז געװען ,אַז מיר ז ַײנען געקומען צום
האַרבעריק ,און האָבן געעפֿנט אונדזערע זעק ,ערשט איטלעכנס
געלט איז אין מױל פֿון ז ַײן זאַק ,אונדזער געלט אין ז ַײן פֿולער װאָג;
האָבן מיר עס אָפּגעבראַכט אין אונדזער האַנט 22 .און נאָך אַנדער
געלט האָבן מיר אַראָפּגעבראַכט אין אונדזער האַנט ,צו קױפֿן שפּ ַײז.
מיר װײסן ניט װער עס האָט אַר ַײנגעטאָן אונדזער געלט אין
אונדזערע זעק.
23האָט ער געזאָגט :פֿריד צו א ַײך! איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן;
א ַײער גאָט ,און דער גאָט פֿון א ַײער פֿאָטער ,האָט א ַײך געשאָנקען
אַן אוֹצר אין א ַײערע זעק; א ַײער געלט איז מיר אַר ַײנגעקומען .און
ער האָט אַרױסגעבראַכט צו זײ שמעונען.
24און דער מאַן האָט אַר ַײנגעבראַכט די מענער אין יוֹספֿס הױז ,און
ער האָט געגעבן װאַסער ,און זײ האָבן געװאַשן זײערע פֿיס; און ער
האָט געגעבן פֿוטער פֿאַר זײערע אײזלען 25 .און זײ האָבן צוגעגרײט
די מתּנה אײדער יוֹסף װעט קומען אום מיטאָג ,װאָרום זײ האָבן
געהערט אַז דאָרטן װעלן זײ עסן ברױט.
26און װי יוֹסף איז גקעומען אין הױז ,אַזױ האָבן זײ אַר ַײנגעבראַכט
צו אים אין הױז די מתּנה װאָס אין זײער האַנט ,און זײ האָבן זיך
געבוקט פֿאַר אים צו דער ערד 27 .און ער האָט זײ געפֿרעגט אױף
פֿריד ,און ער האָט צו זײ געזאָגט :איז פֿריד צו א ַײער אַלטן פֿאָטער,
װאָס איר האָט פֿון אים דערצײלט? לעבט ער נאָך? 28האָבן זײ
געזאָגט :פֿריד איז צו ד ַײן קנעכט אונדזער פֿאָטער ,ער לעבט נאָך.
און זײ האָבן זיך גענ ַײגט און זיך געבוקט.
29האָט ער אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן ,און האָט דערזען ז ַײן ברודער
בנימינען ,ז ַײן מוטערס זון ,און ער האָט געזאָגט :איז דאָס א ַײער