Page 106 - Breyshis
P. 106
בראשית
17האָט ער געזאָגט :חלילה מיר דאָס צו טאָן! דער מאַן װאָס דער
בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין ז ַײן האַנט ,ער זאָל ז ַײן אַ קנעכט צו
מיר ,און איר גײט אַרױף בשלום צו א ַײער פֿאָטער.
ַו ִיַגש
18האָט יהודה גענענט צו אים; און האָט געזאָגט :איך בעט דיך ,מ ַײן
האַר ,זאָל אַקאָרשט ד ַײן קנעכט רעדן אַ װאָרט אין די אױערן פֿון
מ ַײן האַר ,און זאָל ד ַײן צאָרן ניט גרימען אױף ד ַײן קנעכט; װאָרום דו
ביסט אַזױ װי ַפּרעה 19 .מ ַײן האַר האָט געפֿרעגט ז ַײנע קנעכט ,אַזױ
צו זאָגן :האָט איר אַ פֿאָטער אָדער אַ ברודער? 20און מיר האָבן
געזאָגט צו מ ַײן האַר :מיר האָבן אַן אַלטן פֿאָטער ,און אַ קלײנעם בן-
זקונים ,װאָס ז ַײן ברודער איז טױט ,און ער אַלײן איז געבליבן פֿון
ז ַײן מוטער ,און ז ַײן פֿאָטער האָט אים ליב 21 .האָסטו געזאָגט צו
ד ַײנע קנעכט :ברענגט אים אַראָפּּ צו מיר ,איך זאָל טאָן מ ַײן אױג
אױף אים 22 .האָבן מיר געזאָגט צו מ ַײן האַר :דער י ִינגל קען ניט
פֿאַרלאָזן ז ַײן פֿאָטער ,װאָרום אַז ער װעט פֿאַרלאָזן ז ַײן פֿאָטער ,װעט
דער שטאַרבן 23 .האָסטו געזאָגט צו ד ַײנע קנעכט :אױב א ַײער
י ִינגסטער ברודער װעט ניט אַראָפּנידערן מיט א ַײך ,זאָלט איר מער
מ ַײן פּנים ניט זען 24 .און עס איז געװען ,אַז מיר ז ַײנען
אַרױפֿגעקומען צו ד ַײן קנעכט ,אונדזער פֿאָטער ,האָבן מיר אים
דערצײלט די װערטער פֿון אונדזער האַר 25 .און אַז אונדזער פֿאָטער
האָט געזאָגט :גײט װידער ,קױפֿט אונדז אַ ביסל שפּ ַײז 26 ,האָבן מיר
געזאָגט :מיר קענען ניט אַראָפּנידערן; נאָר אױב אונדזער יִינגסטער
ברודער װעט ז ַײן מיט אונדז ,װעלן מיר אַראָפּנידערן ,װאָרום מיר
קענען ניט זען דעם מאַנס פּנים ,אַװוּ אונדזער י ִינגסטער ברודער איז
ניט מיט אונדז 27 .האָט ד ַײן קנעכט ,אונדזער פֿאָטער ,צו אונדז
געזאָגט :איר װײסט אַז צװײ האָט מיר מ ַײן װ ַײב געבאָרן 28 .און
אײנער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר ,און איך האָב געזאָגט :פֿאַר
װאָר ,פֿאַרצוקן איז ער פֿאַרצוקט געװאָרן; און איך האָב אים ניט
געזען ביז אַצונד 29 .און אַז איר װעט אַװעקנעמען אױך דעם דאָזיקן
פֿון מ ַײן פּנים ,און אים װעט טרעפֿן אַן אומגליק ,װעט איר מאַכן
נידערן מ ַײנע גראָע האָר מיט קומער אין קבֿר 30 .און אַצונד אַז איך
װעל קומען צו ד ַײן קנעכט ,מ ַײן פֿאָטער ,און דער יִינגל איז מיט
אונדז ניטאָ ,אַזױ װי ז ַײן זעל איז צוגעבונדן צו ז ַײן זעל 31 ,איז ,װי