Page 102 - Breyshis
P. 102

‫בראשית‬

‫פֿאָטער? האָט איר נאָך אַ ברודער? און מיר האָבן אים דערצײלט‬
‫לױט די דאָזיקע װערטער‪ .‬זאָלן מיר גאָר װיסן‪ ,‬אַז ער װעט זאָגן‪:‬‬
‫ברענגט אַראָפּ א ַײער ברודער? ‪ 8‬און יהודה האָט געזאָגט צו ז ַײן‬
‫פֿאָטער ישׂראל‪ :‬שיק דעם י ִינגל מיט מיר‪ ,‬און מיר װעלן אױפֿשטײן‬
‫און װעלן גײן‪ ,‬כּדי מיר זאָלן לעבן און ניט שטאַרבן‪ ,‬אי מיר‪ ,‬אי דו‪,‬‬
‫אי אונדזערע קלײנע קינדער‪ 9 .‬איך בין ָע ֵרב פֿאַר אים‪ ,‬פֿון מ ַײן‬
‫האַנט זאָלסטו אים מאָנען; אױב איך װעל דיר אים ניט ברענגען און‬
‫אים אַװעקשטעלן פֿאַר דיר‪ ,‬זאָל איך ז ַײן אַ פֿאַרזינדיקטער צו דיר‬
‫אַלע טעג‪ 10 .‬װאָרום אַז מיר װאָלטן זיך ניט אױפֿגעהאַלטן‪ ,‬װאָלטן‬

           ‫מיר שױן אַצונד זיך געהאַט אומגעקערט צום צװײטן מאָל‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט זײער פֿאָטער ישׂראל צו זײ געזאָגט‪ :‬אױב שױן יאָ אַזױ‪ ,‬טוט‬
‫אָט‪-‬װאָס‪ :‬נעמט פֿון די בעסטע פֿרוכטן פֿון לאַנד אין א ַײערע כּלים‪,‬‬
‫און ברענגט אַראָפּ צו דעם מאַן אַ מתּנה‪ ,‬אַ ביסל באַלזאַם‪ ,‬און אַ‬
‫ביסל האָניק‪ ,‬געװירץ‪ ,‬און לאַדאַן‪ ,‬ניס‪ ,‬און מאַנדלען‪ 12 .‬און טאָפּל‬
‫געלט נעמט מיט אין א ַײער האַנט; און דאָס געלט װאָס איז‬
‫אומגעקערט געװאָרן אין מױל פֿון א ַײערע זעק‪ ,‬זאָלט איר אומקערן‬
‫מיט א ַײער האַנט; אפֿשר איז דאָס געװען אַ פֿאַרזע‪ 13 .‬און נעמט‬
‫א ַײער ברודער‪ ,‬און שטײט אױף‪ ,‬גײט װידער צו דעם מאַן‪ 14 .‬און‬
‫גאָט ַש ַדי װעט א ַײך געבן דערבאַרימונג ב ַײ דעם מאַן‪ ,‬און ער װעט‬
‫א ַײך אַװעקלאָזן א ַײער אַנדער ברודער און בנימינען; און איך‪ ,‬אױב‬

                    ‫איך מוז אָנװערן מ ַײנע קינדער‪ ,‬װעל איך אָנװערן‪.‬‬

‫‪ 15‬האָבן די מענער גענומען די דאָזיקע מתּנה‪ ,‬און טאָפּל געלט האָבן‬
‫זײ מיטגענומען אין זײער האַנט‪ ,‬און בנימינען‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫אױפֿגעשטאַנען און האָבן גענידערט קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬און האָבן זיך‬

                                                 ‫געשטעלט פֿאַר יוֹספֿן‪.‬‬

‫‪ 16‬און װי יוֹסף האָט דערזען בנימינען מיט זײ‪ ,‬אַזױ האָט ער געזאָגט‬
‫צו דעם װאָס איבער ז ַײן הױז‪ :‬ברענג אַר ַײן די מענטשן אין הױז‪ ,‬און‬
‫שעכט אַ שעכטונג‪ ,‬און גרײט צו‪ ,‬װאָרום די מענטשן װעלן עסן מיט‬
‫מיר צו מיטאָג‪ 17 .‬האָט דער מאַן געטאָן אַזױ װי יוֹסף האָט געהײסן‪,‬‬

        ‫און דער מאַן האָט אַר ַײנגעבראַכט די מענער אין יוֹספֿס הױז‪.‬‬

‫‪ 18‬און די מענער האָבן מוֹרא געהאַט‪ ,‬װ ַײל זײ ז ַײנען אַר ַײנגעבראַכט‬
‫געװאָרן אין יוֹספֿס הױז‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬פֿון װעגן דעם געלט‬
   97   98   99   100   101   102   103   104   105   106   107