Page 119 - Breyshis
P. 119
בראשית
ברכות פֿון ברוסטן און טראַכט.
26די ברכות פֿון ד ַײן פֿאָטער שט ַײגן אַריבער
די ברכות פֿון מ ַײנע עלטערן –
ביז דעם שפּיץ פֿון די אײביקע בערג.
זײ זאָלן ז ַײן אױף דעם קאָפּ פֿון יוֹספֿן,
און אױפֿן שײדל דעם פֿירשט פֿון ז ַײנע ברידער.
27בנימין איז אַ װאָלף װאָס פֿאַרצוקט;
אין דער פֿרי עסט ער פֿאַנג,
און אין אָװנט טײלט ער רױב.
28די אַלע ז ַײנען די צװעלף שבטים פֿון ישׂראל ,און דאָס איז װאָס
זײער פֿאָטער האָט צו זײ גערעדט און זײ געבענטשט; איטלעכן װי
לױט ז ַײן ברכה האָט ער זײ געבענטשט 29 .און ער האָט זײ באַפֿױלן,
און זײ אָנגזאָגט :איך װער א ַײנגעזאַמלט צו מ ַײן פֿאָלק; באַגראָבט
מיך לעבן מ ַײנע עלטערן ,אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון
ֶעפֿרוֹן דעם ִחתּי 30 .אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון ַמכ ֵפּ ָלה,
װאָס פֿאַר ַממ ֵרא אין לאַנד כַּנ ַען ,װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט
מיטן פֿעלד פֿון ֶעפֿרוֹן דעם ִחתּי פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום – 31דאָרטן
האָט מען באַגראָבן אבֿרהמען און ז ַײן װ ַײב שׂרהן ,דאָרטן האָט מען
באַגראָבן יצחקן און ז ַײן װ ַײב רבקהן ,און דאָרטן האָב איך באַגראָבן
לאהן – 32דער א ַײנקױף פֿון דעם פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען,
פֿון די קינדער פֿון ֵחת.
33און װי יעקב האָט געענדיקט ז ַײן ַצ ָװ ֶאה צו ז ַײנע זין ,אַזױ האָט ער
אַר ַײנגענומען ז ַײנע פֿיס אין בעט ,און איז פֿאַרגאַנגען ,און איז
א ַײנגעזאַמלט געװאָרן צו ז ַײן פֿאָלק.
1און יוֹסף איז געפֿאַלן אױף ז ַײן פֿאָטערס פּנים ,און ער האָט
געװײנט איבער אים ,און האָט אים געקושט.נ
2און יוֹסף האָט באַפֿױלן ז ַײנע קנעכט די רוֹפֿאים א ַײנצובאַלזאַמירן
ז ַײן פֿאָטער; און די רוֹפֿאים האָבן א ַײנגעבאַלזאַמירט ישׂראלן 3 .און
עס ז ַײנען דערפֿילט געװאָרן איבער אים פֿערציק טעג ,װאָרום אַזױ