Page 58 - Shoftim
P. 58
שופֿטים
אין יענעם טאָג ,ז ַײנען געװען פֿינֿף און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס
האָבן געצױגן אַ שװערד ,אַלע די דאָזיקע ,העלדישע ל ַײט 47 .אָבער
זעקס הונדערט מאַן האָבן זיך פֿאַרקערט ,און ז ַײנען אַנטלאָפֿן צום
מדבר ,צום פֿעלז ִרמון ,און זײ ז ַײנען געזעסן אין פֿעלז ִרמון פֿיר
חדשים.
48און די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט צו די קינדער פֿון
בנימין ,און האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרֿף פֿון שװערד ,פֿון דער
גאַנצער שטאָט ביז אַ בהמה ,ביז אַלץ װאָס האָט זיך דאָרטן געפֿונען;
אױך האָבן זײ אַלע שטעט װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען,
אַװעקגעלאָזט אין פֿ ַײער.
1און די מענער פֿון ישׂראל האָבן געהאַט געשװאָרן אין
ִמצפּה ,אַזױ צו זאָגן :קײנער פֿון אונדז זאָל ניט געבן ז ַײןכא
טאָכטער צו בנימין פֿאַר אַ װ ַײב! 2און דאָס פֿאָלק איז געקומען קײן
ֵביתֵ -אל ,און זײ ז ַײנען דאָרטן געזעסן ביזן אָװנט פֿאַר גאָט ,און זײ
האָבן אױפֿגעהױבן זײער ָקול און געװײנט אַ גרױס געװײן 3 .און זײ
האָבן געזאָגט :פֿאַר װאָס ,יהוה דו גאָט פֿון ישׂראל ,איז דאָס געשען
אין ישׂראל ,עס זאָל ה ַײנט געמינערט װערן פֿון ישׂראל אײן שבֿט?
4און עס איז געװען אױֿף מאָרגן ,האָט זיך דאָס פֿאָלק געפֿעדערט,
און זײ האָבן דאָרטן געבױט אַ מזבח ,און אױפֿגעבראַכט
בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער 5 .און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן
געזאָגט :װער איז פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל ,װאָס איז ניט
אַרױפֿגעגאַנגען אין דער א ַײנזאַמלונג צו גאָט? װאָרום אַ גרױסע
שבֿועה איז געװען אַקעגן דעם װאָס איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען צו גאָט
קײן ִמצפּה ,אַזױ צו זאָגן :טײטן זאָל ער געטײט װערן!
6און די קינדער פֿון ישׂראל האָט באַנג געטאָן אױֿף זײער ברודער
בנימין ,און זײ האָבן געזאָגט :אָפּגעשניטן געװאָרן איז ה ַײנט אײן
שבֿט פֿון ישׂראל! 7װאָס זאָלן מיר טאָן װעגן װ ַײבער פֿאַר די
געבליבענע ,אַז מיר האָבן געשװאָרן ב ַײ גאָט זײ ניט צו געבן פֿון
אונדזערע טעכטער פֿאַר װ ַײבער? 8האָבן זײ געזאָגט :איז װער
אײנער דאָ פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל ,װאָס איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען