Page 60 - Shoftim
P. 60
שופֿטים
20און זײ האָבן געהײסן די קינדער פֿון בנימין ,אַזױ צו זאָגן :גײט
און איר זאָלט לױערן אין די װ ַײנגערטנער 21 .און איר װעט צוזען;
און אָט װי די טעכטער פֿון שילו װעלן אַרױסגײן צו טאַנצן אין די
טענץ ,אַזױ זאָלט איר אַרױסגײן פֿון די װ ַײנגערטנער ,און א ַײך כאַפּען
איטלעכער אַ װ ַײב פֿאַר זיך פֿון די טעכטער פֿון שילו ,און אַװעקגײן
אין לאַנד בנימין 22 .און עס װעט ז ַײן ,װי זײערע פֿאָטערס אָדער
זײערע ברידער װעלן קומען זיך קריגן מיט אונדז ,אַזױ װעלן מיר
זאָגן צו זײ :ל ַײטזעליקט זײ אונדז ,װאָרום ניט פֿאַר איטלעכן האָבן
מיר געקריגן אַ װ ַײב אין דער מלחמה; איבריקנס האָט איר זײ זײ ניט
געגעבן ,אַז איר זאָלט אַצונד שולדיק ז ַײן.
23האָבן די קינדער פֿון בנימין אַזױ געטאָן ,און זײ האָבן גענומען
װ ַײבער ,לױט זײער צאָל ,פֿון די טענצערינס װאָס זײ האָבן
אַװעקגערױבט; און זײ ז ַײנען געגאַנגען און האָבן זיך אומגעקערט צו
זײער נחלה ,און האָבן אָפּגעבױט די שטעט ,און זיך באַזעצט אין זײ.
24און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען פֿון
דאָרטן אין יענער צ ַײט איטלעכער צו ז ַײן שבֿט און צו ז ַײן משפּחה;
און זײ ז ַײנען אַװעק פֿון דאָרטן איטלעכער צו ז ַײן נחלה.
25אין יענע טעג איז קײן מלך ניט געװען אין ישׂראל; איטלעכער
האָט געטאָן װאָס איז רעכט אין ז ַײנע אױגן.
© 2005 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.