Page 59 - Shoftim
P. 59
שופֿטים
צו גאָט קײן ִמצפּה? ערשט קײנער איז ניט געקומען אין לאַגער פֿון
ָיבֿישִ -גלעד צו דער א ַײנזאַמלונג.
9װאָרום דאָס פֿאָלק איז איבערגעצײלט געװאָרן ,ערשט קײנער איז
דאָרטן ניט געװען פֿון די באַװױנער פֿון ָיבֿישִ -גלעד.
10האָט די עדה געשיקט אַהין צװעלֿף טױזנט מאַן פֿון די העלדישע
יונגען ,און זײ האָבן זײ באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :גײט און איר זאָלט
שלאָגן די באַװױנער פֿון ָיבֿישִ -גלעד מיטן שאַרֿף פֿון שװערד ,מיט די
װ ַײבער און די קלײנע קינדער 11 .און דאָס איז די זאַך װאָס איר
זאָלט טאָן :איטלעכן מאַנספּאַרשױן ,און איטלעכע װ ַײבספּאַרשױן
װאָס װײס פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן ,זאָלט איר פֿאַרטיליקן.
12האָבן זײ געפֿונען פֿון די באַװױנער פֿון ָיבֿישִ -גלעד פֿיר הונדעט
מײדלעך יונגפֿרױען װאָס האָבן ניט געװוּסט פֿון אַ מאַן דורך ליגן
מיט אַ מאַנספּאַרשױן; און זײ האָבן זײ געבראַכט אין לאַגער קײן
שילו װאָס אין לאַנד כַּנען.
13און די גאַנצע עדה האָט געשיקט און גערעדט צו די קינדער פֿון
בנימין װאָס אין פֿעלז ִרמון ,און זײ האָבן זײ צוגערופֿן שלום 14 .און
בנימין האָט זיך אומגעקערט אין יענער צ ַײט ,און זײ האָבן זײ
געגעבן די װ ַײבספּאַרשױנען װאָס זײ האָבן געלאָזט לעבן פֿון די
װ ַײבספּאַרשױנען פֿון ָיבֿישִ -גלעד ,אָבער אַפֿילו אַזױ ז ַײנען ניט געװען
גענוג פֿאַר זײ.
15און דעם פֿאָלק האָט באַנג געטאָן אױֿף בנימין ,װאָס גאָט האָט
געמאַכט אַ בראָך צװישן די שבֿטים פֿון ישׂראל 16 .און די עלטסטע
פֿון דער עדה האָבן געזאָגט :װאָס זאָלן מיר טאָן װעגן װ ַײבער פֿאַר
די איבעריקע ,אַז װ ַײבער ז ַײנען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון בנימין? 17
און זײ האָבן געזאָגט :אַן אַנטרונענע ירושה מוז בל ַײבן בנימינען ,כּדי
עס זאָל ניט אױסגעמעקט װערן אַ שבֿט פֿון ישׂראל 18 .מיר אָבער
קענען זײ ניט געבן װ ַײבער פֿון אונדזערע טעכטער ,װאָרום די
קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשװאָרן ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַרשאָלטן דער
װאָס גיט אַ װ ַײב צו בנימין! 19און זײ האָבן געזאָגט :אָט איז אַ ָיום-
טובֿ צו גאָט פֿון יאָר צו יאָר אין שילו װאָס אין צפֿון פֿון ֵביתֵ -אל ,צו
מזרח פֿון דעם װעג װאָס גײט אױֿף פֿון ֵביתֵ -אל קײן ש ֶכם ,און אין
ָדרום פֿון לבֿוָֹנה.