Page 19 - Dvorim
P. 19
דברים
1אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו
קומסט אַהין ,עס צו אַרבן ,און װעט אַרױסװאַרפֿן פֿון פֿאַר דירז
פֿיל פֿעלקער ,דעם ִחתּי ,און דעם ִגרָגשי ,און דעם ֶאמוֹרי ,און דעם
כַּנ ֲעני ,און דעם פּ ִרזי ,און דעם ִח ִוי ,און דעם יבֿוסי ,זיבן פֿעלקער
גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר; 2און יהוה ד ַײן גאָט װעט זײ
איבערגעבן צו דיר ,און װעסט זײ שלאָגן; זאָלסטו פֿאַרװיסטן זײ
פֿאַרװיסטן .זאָלסט זײ ניט שליסן אַ בודן ,און זאָלסט זײ ניט
ל ַײטזעליקן 3 .און זאָלסט זיך ניט מתחתּן ז ַײן מיט זײ; ד ַײן טאָכטער
זאָלסטו ניט געבן צו ז ַײן זון ,און ז ַײן טאָכטער זאָלסטו ניט נעמען
פֿאַר ד ַײן זון 4 .װאָרום ער װעט אָפּקערן ד ַײן זון פֿון הינטער מיר ,און
זײ װעלן דינען פֿרעמדע געטער ,און דער צאָרן פֿון יהוה װעט גרימען
אױף א ַײך ,און ער װעט דיך גיך פֿאַרטיליקן 5 .נ ַײערט אַזױ זאָלט איר
טאָן צו זײ :זײערע מזבחות זאָלט איר א ַײנװאַרפֿן ,און זײערע
ז ַײלשטײנער זאָלט איר צעברעכן ,און זײערע געצנבײמער זאָלט איר
אָפּהאַקן ,און זײערע געשניצטע בילדער זאָלט איר פֿאַרברענען אין
פֿ ַײער 6 .װאָרום אַ הײליק פֿאָלק ביסטו ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט; דיך האָט
יהוה ד ַײן גאָט אױסדערװײלט אים צו ז ַײן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק ,פֿון
אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד 7 .ניט װ ַײל איר ז ַײט
מער פֿון אַלע פֿעלקער ,האָט גאָט געגלוסט צו א ַײך און א ַײך
אױסדערװײלט; װאָרום איר ז ַײט דאָס װינציקסטע פֿון אַלע פֿעלקער.
8נ ַײערט װ ַײל גאָט האָט א ַײך ליב ,און װ ַײל ער היט די שבֿועה װאָס
ער האָט געשװאָרן א ַײערע עלטערן ,האָט א ַײך גאָט אַרױסגעצױגן
מיט אַ שטאַרקער האַנט ,און האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דעם הױז פֿון
קנעכטשאַפֿט ,פֿון דער האַנט פֿון פּרעה דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים 9 .דרום
זאָלסטו װיסן ז ַײן אַז יהוה ד ַײן גאָט ,ער איז גאָט ,דער געטר ַײער גאָט
װאָס היט דעם בונד און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב ,און צו
די װאָס היטן ז ַײנע געבאָט ,ביז טױזנט דוֹרות 10 ,און באַצאָלט ז ַײנע
פֿ ַײנט אין זײער פּנים ,זײ אונטערצוברענגען; ער לײגט ניט אָףּ ז ַײן
פֿ ַײנט ,אין ז ַײן פּנים באַצאָלט ער אים 11 .דרום זאָלסטו היטן דאָס
געבאָט און די חוקים אונד די געזעצן װאָס איך באַפֿעל דיר ה ַײנט זײ
צו טאָן.