Page 15 - Dvorim
P. 15

‫דברים‬

‫‪ 7‬זאָלסט ניט האָבן אַנדערע געטער פֿאַר מ ַײן פּנים‪ 8 .‬זאָלסט דיר‬
‫ניט מאַכן אַ געשניץ‪ ,‬אַ שום געשטאַלט‪ ,‬פֿון װאָס אין הימל אױבן‪,‬‬
‫אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן‪ ,‬אָדער װאָס אין װאַסער אונטער‬
‫דער ערד‪ 9 .‬זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײ‪ ,‬און זאָלסט זײ ניט דינען‪,‬‬
‫װאָרום איך יהוה ד ַײן גאָט בין אַ צערנדיקער גאָט‪ ,‬װאָס רעכן זיך‬
‫פֿאַר דער זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער‪ ,‬און מיטן דריטן און‬
‫מיטן פֿירטן ָדור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿ ַײנט‪ 10 ,‬און טו חסד מיטן‬
‫טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב‪ ,‬און פֿון די װאָס היטן‬

                                                          ‫מ ַײנע געבאָט‪.‬‬

‫‪ 11‬זאָלסט ניט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון יהוה ד ַײן גאָט צום‬
‫פֿאַלשן‪ ,‬װאָרום יהוה שענקט ניט דעם װאָס ברענגט אַרױף ז ַײן‬

                                                    ‫נאָמען צום פֿאַלשן‪.‬‬

‫‪ 12‬היט דעם טאָג פֿון שבת אים צו האַלטן הײליק‪ ,‬אַזױ װי יהוה ד ַײן‬
‫גאָט האָט דיר באַפֿױלן‪ 13 .‬זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן‪ ,‬און טאָן‬
‫אַלע ד ַײנע מלאָכות; ‪ 14‬אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו יהוה‬
‫ד ַײן גאָט‪ ,‬זאָלסטו ניט טאָן קײן מלאָכה‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײן זון‪ ,‬און ד ַײן‬
‫טאָכטער‪ ,‬און ד ַײן קנעכט‪ ,‬און ד ַײן דינסט‪ ,‬און ד ַײן אָקס‪ ,‬און ד ַײן‬
‫אײזל‪ ,‬און אַלע ד ַײנע בהמות‪ ,‬און דער פֿרעמדער װאָס אין ד ַײנע‬
‫טױערן; כּדי ד ַײן קנעכט און ד ַײן דינסט זאָלן רוען אַזױ װי דו‪ 15 .‬און‬
‫זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬און‬
‫יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן מיט אַ שטאַרקער‬
‫האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; דרום האָט יהוה ד ַײן‬

                       ‫גאָט דיר באַפֿױלן צו מאַכן דעם טאָג פֿון שבת‪.‬‬

‫‪ 16‬האַלט אין כּבֿוד ד ַײן פֿאָטער און ד ַײן מוטער‪ ,‬אַזױ װי יהוה ד ַײן‬
‫גאָט האָט דיר באַפֿױלן‪ ,‬כּדי ד ַײנע טעג זאָלן זיך לענגערן‪ ,‬און כּדי דיר‬

             ‫זאָל גוט ז ַײן‪ ,‬אױף דער ערד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪.‬‬

                                                 ‫‪ 17‬זאָלסט ניט הרגען‪.‬‬
                                             ‫און זאָלסט ניט מזנה ז ַײן‪.‬‬

                                                 ‫און זאָלסט ניט גנבֿען‪.‬‬
                    ‫און זאָלסט ניט זאָגן אױף ד ַײן חבֿר פֿאַלשע עדות‪.‬‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20