Page 10 - Dvorim
P. 10
דברים
אױך װעלן אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה א ַײער גאָט גיט זײ אױף יענער
ז ַײט ַירדן; דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן איטלעכער צו ז ַײן אַרב,
װאָס איך האָב א ַײך געגעבן 21 .און יהוֹשוען האָב איך באַפֿױלן אין
יענער צ ַײט ,אַזױ צו זאָגן :ד ַײנע אױגן האָבן געזען אַלץ װאָס יהוה
ד ַײן גאָט האָט געטאָן צו די דאָזיקע צװײ מלכים; אַזױ װעט גאָט טאָן
צו אַלע קיניגר ַײכן װאָס דו גײסט אַהין אַריבער 22 .איר זאָלט ניט
מוֹרא האָבן פֿאַר זײ ,װאָרום יהוה א ַײער גאָט איז דער װאָס האַלט
מלחמה פֿאַר א ַײך.
ָו ֶא ְת ַחָנן
23און איך האָב געבעטן צו גאָט אין יענער צ ַײט ,אַזױ צו זאָגן:
24גאָט דו האַר ,דו האָסט אָנגעהױבן װ ַײזן ד ַײן קנעכט ד ַײן
גרױסקײט און ד ַײן שטאַרקע האַנט; װאָרום װער איז דער גאָט אין
הימל אָדער אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן אַזױ װי ד ַײנע טוּונגען און
אַזױ װי ד ַײנע גבֿורות? 25לאָמיך אַריבערגײן ,איך בעט דיך ,און
לאָמיך זען דאָס גוטע לאַנד װאָס אױף יענער ז ַײט ַירדן ,דאָס דאָזיקע
שײנע געבערג ,און דעם לבֿנוֹן 26 .אָבער גאָט האָט געצערנט אױף
מיר פֿון װעגן א ַײך ,און האָט ניט צוגעהערט צו מיר; און גאָט האָט
צו מיר געזאָגט :גענוג דיר! זאָלסט מער ניט רעדן צו מיר װעגן דער
דאָזיקער זאַך 27 .גײ אַרױף צום שפּיץ פּסָגה ,און הײב אױף ד ַײנע
אױגן צו מערבֿ ,און צו צפֿון ,און צו ָדרום ,און צו מזרח ,און קוק אָן
מיט ד ַײנע אױגן ,װאָרום װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן ַירדן.
28און גיב איבער ד ַײן ַצ ָװ ֶאה צו יהוֹשוען ,און שטאַרק אים ,און
פֿעסטיק אים ,װאָרום ער װעט אַריבערגײן פֿאַרױס פֿאַר דעם דאָזיקן
פֿאָלק ,און ער װעט זײ מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס דו װעסט זען.
29און מיר ז ַײנען געבליבן אין טאָל אַקעגן בית-פּעוֹר.
1און אַצונד ,ישׂראל ,הער צו די חוקים און די געזעצן װאָס איך
לערן דיך צו טאָן ,כּדי איר זאָלט לעבן ,און קומען און אַרבן דאָסד
לאַנד װאָס יהוה דער גאָט פֿון א ַײערע עלטערן גיט א ַײך 2 .איר זאָלט
ניט צולײגן צו דעם װאָרט װאָס איך געביט א ַײך ,און איר זאָלט ניט
מינערן דערפֿון ,כּדי צו היטן די געבאָט פֿון יהוה א ַײער גאָט ,װאָס