Page 7 - Dvorim
P. 7

‫דברים‬

‫מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 18 :‬דו גײסט ה ַײנט אַריבער דעם געמאַרק פֿון‬
‫מוֹאָבֿ‪ָ ,‬ער‪ 19 ,‬און װעסט גענענען אַקעגן די קינדער פֿון ַעמוֹן‪ ,‬זאָלסט‬
‫זײ ניט פֿ ַײנטן‪ ,‬און זיך מיט זײ ניט אָנהײבן‪ ,‬װאָרום איך װעל דיר פֿון‬
‫דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן ניט געבן קײן אַרב‪ ,‬װ ַײל צו די‬
‫קינדער פֿון לוֹט האָב איך עס געגעבן אַ ירושה‪ 20 – .‬דאָס אױך‬
‫װערט גערעכנט פֿאַרן לאַנד פֿון די רפֿאים; די רפֿאים ז ַײנען דרינען‬

‫געזעסן פֿריער‪ ,‬און די ַעמוֹנים האָבן זײ גערופֿן ַזמזומים; ‪ 21‬אַ פֿאָלק‬
‫גרױס און פֿיל‪ ,‬און הױך װי די ַעָנקים; אָבער גאָט האָט זײ‬
‫פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זײ‪ ,‬און זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן‪ ,‬און זיך באַזעצט‬

‫אױף זײער אָרט; ‪ 22‬אַזױ װי ער האָט געטאָן פֿאַר די קינדער פֿון ֵע ָשׂו‬
‫װאָס זיצן אין ֵשׂ ִעיר‪ ,‬װאָס ער האָט פֿאַרטיליקט די כוֹרים פֿון פֿאַר‬
‫זײ‪ ,‬און זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן‪ ,‬און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט ביז‬
‫אױף ה ַײנטיקן טאָג‪ 23 .‬און די ַע ִוים װאָס ז ַײנען געזעסן אין דערפֿער‬
‫ביז ַעָזה‪ ,‬זײ האָבן די ַכּפֿתּוֹרים װאָס קומען אַרױס פֿון ַכּפֿתּוֹר‪,‬‬
‫פֿאַרטיליקט‪ ,‬און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט‪ 24 – .‬שטײט אױף‪,‬‬
‫ציט אַװעק‪ ,‬און גײט אַריבער דעם טאָל אַרנוֹן‪ .‬זע‪ ,‬איך האָב געגעבן‬
‫אין ד ַײן האַנט סיחין דעם ֶאמוֹרי‪ ,‬דעם מלך פֿון חשבון‪ ,‬און ז ַײן‬
‫לאַנד; הײב אָן א ַײנצונעמען‪ ,‬און פֿאַרפֿיר מיט אים אַ מלחמה‪.‬‬
‫‪ 25‬ה ַײנטיקן טאָג װעל איך אָנהײבן װאַרפֿן ד ַײן שרעק און ד ַײן מוֹרא‬
‫אױף די פֿעלקער אונטערן גאַנצן הימל‪ ,‬אַז װען זײ װעלן הערן ד ַײן‬

                     ‫הערונג‪ ,‬װעלן זײ ציטערן און פֿלאַטערן פֿאַר דיר‪.‬‬

‫‪ 26‬און איך האָב געשיקט שלוחים פֿון מדבר ק ֵדמוֹת צו סיחין דעם‬
‫מלך פֿון חשבון – װערטער פֿון שלום‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 27 :‬לאָמיך‬
‫דורכגײן דורך ד ַײן לאַנד; אױפֿן װעג‪ ,‬אױפֿן װעג װעל איך גײן; איך‬
‫װעל זיך ניט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס‪ 28 .‬עסנװאַרג װעסטו מיר‬
‫פֿאַר געלט פֿאַרקױפֿן‪ ,‬און איך װעל עסן‪ ,‬און װאַסער װעסטו מיר‬
‫פֿאַר געלט געבן‪ ,‬און איך װעל טרינקען; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף‬

‫מ ַײנע פֿיס; ‪ 29‬אַזױ װי עס האָבן מיט מיר געטאָן די קינדער פֿון ֵע ָשׂו‬
‫װאָס זיצן אין ֵשׂ ִעיר‪ ,‬און די מוֹאָבֿים װאָס זיצן אין ָער; ביז װאַנען‬
‫איך װעל אַריבערגײן דעם ַירדן צו דעם לאַנד װאָס יהוה אונדזער‬
‫גאָט גיט אונדז‪ 30 .‬אָבער סיחון דער מלך פֿון חשבון האָט אונדז ניט‬
‫געװאָלט דורכלאָזן דורך אים‪ ,‬װאָרום יהוה ד ַײן גאָט האָט האַרט‬
‫געמאַכט ז ַײן געמיט‪ ,‬און פֿעסט געמאַכט ז ַײן האַרץ‪ ,‬כּדי אים צו געבן‬

                                 ‫אין ד ַײן האַנט‪ ,‬אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12