Page 3 - Dvorim
P. 3
דברים
9און איך האָב געזאָגט צו א ַײך אין יענער צ ַײט ,אַזױ צו זאָגן :איך
אַלײן קען א ַײך ניט טראָגן 10 .יהוה א ַײער גאָט האָט א ַײך געמערט,
און אָט ז ַײט איר אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט – 11זאָל
יהוה דער גאָט פֿון א ַײערע עלטערן א ַײך מערן טױזנט מאָל אַזױ פֿיל
װי איר ז ַײט ,און א ַײך בענטשן אַזױ װי ער האָט א ַײך צוגעזאָגט! –
12װי קען איך אַלײן טראָגן א ַײער שװערקײט און א ַײער לאַסט און
א ַײער קריגער ַײ? 13קריגט א ַײך קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע און
געניטע ל ַײט ,לױט א ַײערע שבֿטים ,און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר
א ַײערע הױפּטל ַײט 14 .האָט איר מיר געענטפֿערט און געזאָגט :גוט
איז די זאַך װאָס דו האָסט געהײסן טאָן 15 .און איך האָב גענומען די
קעפּ פֿון א ַײערע שבֿטים ,קלוגע און געניטע ל ַײט ,און איך האָב זײ
געמאַכט פֿאַר הױפּטל ַײט איבער א ַײך ,פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט ,און
עלטסטע פֿון הונדערט ,און עלטסטע פֿון פֿופֿציק ,און עלטסטע פֿון
צען ,און אױפֿזעער ,לױט א ַײערע שבֿטים 16 .און איך האָב באַפֿױלן
א ַײערע ריכטער אין יענער צ ַײט ,אַזױ צו זאָגן :הערט אױס צװישן
א ַײערע ברידער ,און איר זאָלט משפּטן גערעכט צװישן איטלעכן און
צװישן ז ַײן ברודער ,אָדער דעם פֿרעמדן װאָס ב ַײ אים 17 .איר זאָלט
ניט דערקענען קײן פּנים אין אַ משפּט; דעם קלענסטן אַזױ װי דעם
גרעסטן זאָלט איר אױסהערן; איר זאָלט זיך ניט שרעקן פֿאַר אַ
מענטשן ,װאָרום דער משפּט איז גאָטס .און די זאַך װאָס װעט ז ַײן צו
שװער פֿאַר א ַײך ,זאָלט איר ברענגען צו מיר ,און איך װעל זי
אױסהערן 18 .און איך האָב א ַײך באַפֿױלן אין יענער צ ַײט אַלע זאַכן
װאָס איר זאָלט טאָן.
19און מיר האָבן אַװעקגעצױגן פֿון חוֹ ֵרבֿ ,און ז ַײנען דורכגעגאַנגען
אין גאַנצן יענעם גרױסן און מוֹראדיקן מדבר װאָס איר האָט געזען,
אױפֿן װעג צו דעם געבערג פֿון ֶאמוֹרי ,אַזױ װי יהוה אונדזער גאָט
האָט אונדז באַפֿױלן; און מיר ז ַײנען געקומען ביז ָק ֵדש-ברֵנ ַע 20 .און
איך האָב צו א ַײך געזאָגט :איר ז ַײט געקומען ביז דעם געבערג פֿון
ֶאמוֹרי ,װאָס יהוה אונדזער גאָט גיט אונדז; 21זע ,יהוה ד ַײן גאָט
האָט איבערגעגעבן דאָס לאַנד צו דיר ,גײ אַרױף און אַרב עס ,אַזױ
װי יהוה דער גאָט פֿון ד ַײנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט; זאָלסט ניט
מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן 22 .האָט איר אַלע גענענט צו מיר ,און
האָט געזאָגט :לאָמיר שיקן מענטשן אונדז פֿאַרױס ,און זײ זאָלן
אױספֿאָרשן פֿאַר אונדז דאָס לאַנד ,און אונדז ברענגען אַן ענטפֿער
װעגן דעם װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן ,און די שטעט װאָס מיר