Page 6 - Dvorim
P. 6

‫דברים‬

‫האָבן פֿאַר א ַײך; זאָלט איר ז ַײן זײער אָפּגעהיט‪ 5 .‬איר זאָלט זיך ניט‬
‫אָנהײבן מיט זײ‪ ,‬װאָרום ניט צו מאָל אַ שפּאַן פֿון אַ פֿוסטריט װעל‬
‫איך א ַײך געבן פֿון זײער לאַנד‪ ,‬װ ַײל אַ ירושה צו ֵע ָשׂו האָב איך‬
‫געגעבן דעם באַרג ֵשׂ ִעיר‪ 6 .‬עסנװאַרג זאָלט איר פֿון זײ פֿאַר געלט‬
‫א ַײנהאַנדלען און עסן‪ ,‬און אַפֿילו װאַסער זאָלט איר פֿון זײ‬
‫פֿאַר געלט קױפֿן און טרינקען‪ 7 .‬װאָרום יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך‬
‫געבענטשט אין יעטװעדער טוּונג פֿון ד ַײן האַנט; ער האָט געװוּסט‬
‫ד ַײן גײן דורך דעם דאָזיקן גרױסן מדבר; שױן פֿערציק יאָר איז יהוה‬
‫ד ַײן גאָט מיט דיר; קײן זאַך האָט דיר ניט געפֿעלט‪ 8 .‬און מיר ז ַײנען‬
‫אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדזערע ברידער‪ ,‬די קינדער פֿון ֵע ָשׂו װאָס זיצן‬

     ‫אין ֵשׂ ִעיר‪ ,‬פֿון דעם װעג פֿון פּלױן‪ ,‬פֿון ֵאי ַלת‪ ,‬און פֿון ֶעציוֹן‪ֶ-‬גבֿר‪.‬‬

‫און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט און ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען אױף דעם‬
‫װעג פֿון דעם מדבר פֿון מוֹאָבֿ‪ 9 .‬און גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬
‫זאָלסט ניט פֿ ַײנטן מוֹאָבֿ‪ ,‬און ניט פֿאַרפֿירן מיט זײ אַ מלחמה‪,‬‬
‫װאָרום איך װעל דיר פֿון ז ַײן לאַנד ניט געבן קײן אַרב‪ ,‬װ ַײל צו די‬
‫קינדער פֿון לוֹט האָב איך געגעבן ָער אַ ירושה‪ 10 – .‬פֿריער ז ַײנען‬
‫דאָרטן געזעסן די ֵאימים‪ ,‬אַ פֿאָלק גרױס און פֿיל‪ ,‬און הױך װי די‬
‫ַעָנקים; ‪ 11‬זײ אױך ז ַײנען גערעכנט געװאָרן פֿאַר רפֿאים‪ ,‬אַזױ װי די‬
‫ַעָנקים‪ ,‬אָבער די מוֹאָבֿים האָבן זײ גערופֿן ֵאימים‪ 12 .‬און אין ֵשׂ ִעיר‬
‫ז ַײנען פֿריער געזעסן די חוֹרים‪ ,‬אָבער די קינדער פֿון ֵע ָשׂו האָבן זײ‬
‫פֿאַרטריבן‪ ,‬און זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זיך‪ ,‬און זיך באַזעצט אױף‬
‫זײער אָרט‪ ,‬אַזױ װי ישׂראל האָט געטאָן צום לאַנד פֿון ז ַײן אַרב‪ ,‬װאָס‬
‫גאָט האָט זײ געגעבן‪ 13 – .‬אַצונד שטײט אױף‪ ,‬און גײט א ַײך‬

                                                ‫אַריבער דעם ט ַײך ֶז ֶרד‪.‬‬

‫און מיר ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען דעם ט ַײך ֶז ֶרד‪ 14 .‬און די טעג װאָס‬
‫מיר ז ַײנען געגאַנגען פֿון ָק ֵדש‪-‬ברֵנ ַע ביז װאַנען מיר ז ַײנען אַריבער‬
‫דעם ט ַײך ֶז ֶרד‪ ,‬ז ַײנען געװען אַכט און דר ַײסיק יאָר; ביז דער גאַנצער‬
‫ָדור‪ ,‬די קריגסל ַײט‪ ,‬ז ַײנען פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון צװישן דעם‬
‫לאַגער‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט זײ געשװאָרן‪ 15 .‬און אױך איז די האַנט‬
‫פֿון גאָט געװען אױף זײ‪ ,‬זײ אומצוברענגען פֿון צװישן דעם לאַגער‪,‬‬

                                     ‫ביז זײ ז ַײנען פֿאַרלענדט געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 16‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז אַלע קריגסל ַײט ז ַײנען אין גאַנצן‬
‫אױסגעשטאָרבן פֿון צװישן דעם פֿאָלק‪ 17 ,‬האָט גאָט גערעדט צו‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11