Page 5 - Dvorim
P. 5
דברים
ניט קומען; 38יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון ,װאָס שטײט פֿאַר דיר ,ער
װעט אַהין קומען; אים שטאַרק ,װאָרום ער װעט עס מאַכן אַרבן
ישׂראל 39 .און א ַײערע קלײנע קינדער ,װאָס איר האָט געזאָגט ,זײ
װעלן ז ַײן צו רױב ,און א ַײערע זין ,װאָס פֿאַרשטײען נאָך ה ַײנט ניט
גוטס אָדער שלעכטס ,זײ װעלן אַהין קומען ,און צו זײ װעל איך עס
געבן ,און זײ װעלן עס אַרבן 40 .און איר פֿאַרקערט א ַײך ,און ציט
צום מדבר ,אױפֿן װעג פֿון ים-סוף.
41האָט איר זיך אָפּגערופֿן ,און האָט צו מיר געזאָגט :מיר האָבן
געזינדיקט צו גאָט; מיר װעלן אַרױפֿגײן ,און װעלן מלחמה האַלטן,
אַזױ װי אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט האָט אונדז באַפֿױלן .און איר
האָט אָנגעגורט איטלעכער ז ַײנע כּ ֵלי-מלחמה ,און געהאַלטן פֿאַר
גרינג אַרױפֿצוגײן אין דעם געבערג 42 .און גאָט האָט צו מיר
געזאָגט :זאָג צו זײ :איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן ,און איר זאָלט ניט
מלחמה האַלטן ,װאָרום איך בין ניט צװישן א ַײך; כּדי איר זאָלט ניט
געשלאָגן װערן פֿאַר א ַײערע פֿ ַײנט 43 .און איך האָב צו א ַײך גערעדט,
אָבער איר האָט ניט צוגעהערט ,און איר האָט װידערשפּעניקט דעם
מױל פֿון גאָט ,און איר האָט געמוטװיליקט ,און ז ַײט אַרױפֿגעגאַנגען
אין דעם געבערג 44 .איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן א ַײך דער ֶאמוֹרי
װאָס איז געזעסן אין יענעם געבערג ,און זײ האָבן א ַײך נאָכגעיאָגט
אַזױ װי די בינען טוען ,און א ַײך צעקלאַפּט אין ֵשׂ ִעיר ,ביז ָחר ָמה.
45און איר האָט זיך אומגעקערט ,און איר האָט געװײנט פֿאַר גאָט,
אָבער גאָט האָט ניט צוגעהערט צו א ַײער ָקול ,און ניט גענ ַײגט דאָס
אױער צו א ַײך 46 .און איר ז ַײט געבליבן אין ָק ֵדש פֿיל טעג ,לױט די
טעג װאָס איר ז ַײט געבליבן.
1און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט ,און האָבן געצױגן צום מדבר,
אױפֿן װעג פֿון ים-סוף ,אַזױ װי גאָט האָט צו מיר גערעדט; אוןב
מיר האָבן זיך אַרומגעדרײט אַרום באַרג ֵשׂ ִעיר פֿיל טעג.
2און גאָט האָט צו מיר געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן 3 :גענוג א ַײך אַרומגײן
דעם דאָזיקן באַרג; פֿאַרקערט א ַײך קײן צפֿון 4 .און דעם פֿאָלק
באַפֿעל ,אַזױ צו זאָגן :איר גײטדורך דורך דעם געמאַרק פֿון א ַײערע
ברידער ,די קינדער פֿון ֵע ָשׂו ,װאָס זיצן אין ֵשׂ ִעיר ,און זײ װעלן מוֹרא