Page 2 - Dvorim
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

        ‫דבֿרים‬

                 ‫דבֿרים‬

‫‪ 1‬דאָס ז ַײנען די װערטער װאָס משה האָט גערעדט צו גאַנץ‬

‫ישׂראל אױף יענער ז ַײט ַירדן‪ ,‬אין מדבר‪ ,‬אין דעם פּלױן‪ ,‬אַקעגןא‬

‫סוף‪ ,‬צװישן פּאָ ָרן און צװישן תּוֹפֿל‪ ,‬און ָלבֿן‪ ,‬און ַח ֵצרות‪ ,‬און די‪ָ-‬ז ָהבֿ‪.‬‬
‫– ‪ 2‬עלף טעג איז פֿון חוֹ ֵרבֿ ביז ָק ֵדש‪-‬ברֵנ ַע אױף דעם װעג פֿון באַרג‬
‫ֵשׂ ִעיר‪ 3 – .‬און עס איז געװען אין פֿערציקסטן יאָר‪ ,‬אין עלפֿטן‬
‫חוֹדש‪ ,‬אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש האָט משה גערעדט צו די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן פֿאַר זײ; ‪ 4‬נאָך‬
‫דעם אַז ער האָט געשלאָגן סיחין דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬װאָס איז‬
‫געזעסן אין חשבון‪ ,‬און עוֹג דעם מלך פֿון ב ָשן‪ ,‬װאָס איז געזעסן אין‬
‫ַעש ָתּרוֹת אין ֶאד ֶר ִעי‪ 5 .‬אױף יענער ז ַײט ַירדן‪ ,‬אין לאַנד מוֹאָבֿ‪ ,‬האָט‬

               ‫משה גענומען באַשײדן די דאָזיקע תּוֹרה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 6‬יהוה אונדזער גאָט האָט גערעדט צו אונדז אין חוֹ ֵרבֿ‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫גענוג א ַײך זיצן אױף דעם דאָזיקן באַרג; ‪ 7‬פֿאַרקערט זיך און ציט‬
‫א ַײך אַװעק‪ ,‬און גײט צו דעם געבערג פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬און צו אַלע ז ַײנע‬
‫שכנים‪ ,‬אין דעם פּלױן‪ ,‬אין דעם געבערג‪ ,‬און אין דער נידערונג‪ ,‬און‬
‫אין ָדרום‪ ,‬און ב ַײם באָרטן פֿון ים‪ ,‬אין לאַנד פֿון דעם כַּנ ֲעני‪ ,‬און‬
‫צום לבֿנוֹן‪ ,‬ביזן גרױסן ט ַײך‪ ,‬דעם ט ַײך פּ ָרת‪ 8 .‬זעט‪ ,‬איך האָב‬
‫איבערגעגעבן דאָס לאַנד צו א ַײך; גײט און אַרבט דאָס לאַנד װאָס‬
‫גאָט האָט געשװאָרן צו א ַײערע עלטערן‪ ,‬צו אַבֿרהמען‪ ,‬צו יצחקן‪ ,‬און‬

                       ‫צו יעקבֿן‪ ,‬צו געבן זײ און זײער זאָמען נאָך זײ‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7