Page 4 - Dvorim
P. 4
דברים
זאָלן אין זײ קומען 23 .און די זאַך איז װוילגעפֿעלן אין מ ַײנע אױגן,
און איך האָב גענומען פֿון א ַײך צװעלף מאַן ,צו אײן מאַן פֿאַר אַ
שבֿט 24 .און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט און ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אין
דעם געבערג ,און ז ַײנען געקומען ביזן טאָל ֶאשכּוֹל ,און האָבן עס
אױסגעקוקט 25 .און זײ האָבן גענומען אין זײער האַנט פֿון דער
פֿרוכט פֿון לאַנד ,און אַראָפּגעבראַכט צו אונדז; און זײ האָבן אונדז
געבראַכט אַן ענטפֿער און געזאָגט :גוט איז דאָס לאַנד װאָס יהוה
אונדזער גאָט גיט אונדז 26 .אָבער איר האָט ניט געװאָלט אַרױפֿגײן,
און האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון יהוה א ַײער גאָט 27 .און איר
האָט געמורמלט אין א ַײערע געצעלטן ,און האָט געזאָגט :װ ַײל גאָט
האָט אונדז פֿ ַײנט ,האָט ער אונדז אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים,
אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון ֶאמוֹרי ,כּדי אונדז צו פֿאַרטיליקן.
28װוּהין גײען מיר אַרױף? אונדזערע ברידער האָבן געמאַכט צעגײן
אונדזער האַרץ ,אַזױ צו זאָגן :דאָס פֿאָלק איז גרעסער און העכער
פֿון אונדז ,די שטעט גרױסע און באַפֿעסטיקטע ביז אין הימל; און
אױך זין פֿון די ַעָנקים האָבן מיר דאָרטן געזען 29 .און איך הא ָב צו
א ַײך געזאָגט :איר זאָלט א ַײך ניט שרעקן און ניט מוֹרא האָבן פֿאַר
זײ 30 .יהוה א ַײער גאָט װאָס גײט א ַײך פֿאַרױס ,ער װעט מלחמה
האַלטן פֿאַר א ַײך ,אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן מיט א ַײך אין
ִמצ ַר ִים פֿאַר א ַײערע אױגן 31 ,און אין דער מדבר ,װוּ דו האָסט
געזען ,אַז יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך געטראָגן ,אַזױ װי אַ מאַן טראָגט
ז ַײן קינד ,דעם גאַנצן װעג װאָס איר ז ַײט געגאַנגען ,ביז איר ז ַײט
געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט 32 .און אין דער דאָזיקער זאַך גלױבט
איר ניט יהוה א ַײער גאָט 33 ,װאָס איז א ַײך געגאַנגען פֿאַרױס אױפֿן
װעג ,א ַײך אױסצוזוכן אַן אָרט פֿאַר א ַײך צום לאַגערן :אין פֿ ַײער ב ַײ
נאַכט ,כּדי א ַײך צו װ ַײזן דעם װעג װאָס איר זאָלט אױף אים גײן ,און
אין װאָלקן ב ַײ טאָג.
34און גאָט האָט געהערט דעם ָקול פֿון א ַײערע װערטער ,און ער
האָט געצערנט ,און האָט געשװאָרן ,אַזױ צו זאָגן 35 :אױב עמיצער
פֿון די דאָזיקע ל ַײט ,פֿון דעם דאָזיקן שלעכטן ָדור ,װעט אָנזען דאָס
גוטע לאַנד ,װאָס איך האָב געשװאָרן צו געבן א ַײערע עלטערן!
36אַחוץ ָכּ ֵלבֿ דער זון פֿון יפֿוֶנהן; ער װעט עס זען ,און צו אים װעל
איך געבן דאָס לאַנד װאָס ער האָט געטרעטן דערױף ,און צו ז ַײנע
קינדער; װ ַײל ער איז געגאַנגען געטר ַײ נאָך גאָט 37 .אױך אױף מיר
האָט גאָט געצערנט איבער א ַײך ,אַזױ צו זאָגן :דו אױך װעסט אַהין