Page 8 - Dvorim
P. 8

‫דברים‬

‫‪ 31‬און גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך האָב אָנגעהױבן‬
‫איבערגעבן צו דיר סיחוֹנען און ז ַײן לאַנד; הײב אָן א ַײנצונעמען כּדי‬
‫צו אַרבן ז ַײן לאַנד‪ 32 .‬איז סיחין אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אונדז‪ ,‬ער‬
‫מיט ז ַײן גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אױף מלחמה קײן ַי ַהץ‪ 33 .‬און יהוה אונדזער‬
‫גאָט האָט אים איבערגעגעבן צו אונדז‪ ,‬און מיר האָבן געשלאָגן אים‪,‬‬
‫און ז ַײנע זין‪ ,‬און ז ַײן גאַנץ פֿאָלק‪ 34 .‬און מיר האָבן אין יענער צ ַײט‬
‫באַצװוּנגען ז ַײנע שטעט‪ ,‬און פֿאַרװיסט איטלעכע שטאָט‪ ,‬מענער און‬
‫װ ַײבער און קלײנע קינדער; מיר האָבן ניט געלאָזט אַן איבערבל ַײב‪.‬‬
‫‪ 35‬נאָר די בהמות האָבן מיר גערױבט פֿאַר זיך‪ ,‬און דעם זאַקרױב פֿון‬
‫די שטעט װאָס מיר האָבן באַצװוּנגען‪ 36 .‬פֿון ַערוֹ ֵער װאָס ב ַײם ברעג‬
‫טאָל אַרנוֹן‪ ,‬און דער שטאָט װאָס אין טאָל‪ ,‬און ביז ִגל ָעד‪ ,‬איז ניט‬
‫געװען אַ שטאָט װאָס איז געװען שטאַרקער פֿון אונדז; אַלץ האָט‬
‫יהוה אונדזער גאָט איבערגעגעבן צו אונדז‪ 37 .‬נאָר צו דעם לאַנד פֿון‬
‫די קינדער פֿון ַעמוֹן האָסטו ניט גענענט‪ :‬צו דעם גאַנצן ברעג פֿון‬
‫ט ַײך ַיבוֹק‪ ,‬און די שטעט פֿון באַרג‪ ,‬און אומעטום װוּ יהוה אונדזער‬

                                                  ‫גאָט האָט פֿאַרװערט‪.‬‬

‫‪ 1‬און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט‪ ,‬און ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען מיטן‬

‫װעג פֿון ב ָשן; און עוֹג דער מלך פֿון ב ָשן איז אַרױסגעגאַנגעןג‬

‫אַקעגן אונדז‪ ,‬ער מיט ז ַײן גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אױף מלחמה קײן ֶאד ֶר ִעי‪.‬‬
‫‪ 2‬און גאָט האָט געזאָגט צו מיר‪ :‬זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים‪,‬‬
‫װאָרום איך האָב אים‪ ,‬מיט ז ַײן גאַנצן פֿאָלק און ז ַײן לאַנד‪ ,‬געגעבן‬
‫אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און װעסט טאָן צו אים אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו‬
‫סיחין דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬װאָס איז געזעסן אין חשבון‪ 3 .‬און יהוה‬
‫אונדזער גאָט האָט אױך געגעבן אין אונדזער האַנט עוֹג דעם מלך פֿון‬
‫ב ָשן‪ ,‬מיט ז ַײן גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬און מיר האָבן אים געשלאָגן ביז אים ניט‬
‫צו לאָזן אַן איבערבל ַײב‪ 4 .‬און מיר האָבן באַצװוּנגען אין יענער‬
‫צ ַײט אַלע ז ַײנע שטעט; ניט געװען אַ שטאָט װאָס מיר האָבן ניט‬
‫צוגענומען פֿון זײ; זעכציק שטעט‪ ,‬די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ‪ ,‬דאָס‬
‫קיניגר ַײך פֿון עוֹג אין ב ָשן‪ 5 .‬אַלע די דאָזיקע ז ַײנען געװען‬
‫באַפֿעסטיקטע שטעט מיט הױכע מױערן‪ ,‬מיט טױערן און ריגלען‪,‬‬
‫אַחוץ אָפֿענע שטעט זײער פֿיל‪ 6 .‬און מיר האָבן זײ פֿאַרװיסט‪ ,‬אַזױ‬
‫װי מיר האָבן געטאָן צו סיחין דעם מלך פֿון חשבון – פֿאַרװיסט‬
‫איטלעכע שטאָט‪ ,‬מענער‪ ,‬װ ַײבער‪ ,‬און קלײנע קינדער‪ 7 .‬נאָר אַלע‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13