Page 9 - Dvorim
P. 9
דברים
בהמות ,און דעם זאַקרױב פֿון די שטעט ,האָבן מיר גערױבט פֿאַר
זיך.
8און מיר האָבן אַװעקגענומען אין יענער צ ַײט דאָס לאַנד פֿון דער
האַנט פֿון די צװײ מלכים פֿון ֶאמוֹרי װאָס אױף דער ז ַײט ַירדן ,פֿון
טאָל אַרנוֹן ביז באַרג ֶחרמוֹן – 9די צידוֹנים רופֿן דעם ֶחרמוֹןִ ,שׂריוֹן,
און די ֶאמוֹרים רופֿן אים שׂניר – 10אַלע שטעט פֿון דעם
פֿלאַכלאַנד ,און גאַנץ ִגל ָעד ,און גאַנץ ב ָשן ,ביז ַסל ָכה און ֶאד ֶר ִעי,
שטעט פֿון עוֹגס קיניגר ַײך אין ב ָשן 11 .װאָרום נאָר עוֹג דער מלך
פֿון ב ָשן איז געבליבן פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים; אָט ז ַײן בעט ,אַן
א ַײזערן בעט ,איז דאָך אין ַרבה פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן .נ ַײן א ַײלן
איז איר לענג ,און פֿיר א ַײלן איר ברײט ,אױף דער אײל פֿון אַ מאַן.
12און דאָס דאָזיקע לאַנד האָבן מיר געאַרבט אין יענער צ ַײט .פֿון
ַערוֹ ֵער װאָס ב ַײם טאָל אַרנוֹן ,און אַ העלפֿט פֿון דעם געבערג פֿון
ִגל ָעד ,מיט אירע שטעט ,האָב איך געגעבן צו די ראובֿנים און צו די
ָגדים 13 .און דעם רעשט פֿון ִגל ָעד ,און גאַנץ ב ָשן ,דאָס קיניגר ַײך
פֿון עוֹגן ,האָב איך געגעבן צום האַלבן שבֿט מנשה; די גאַנצע געגנט
פֿון אַרגוֹבֿ – יענער גאַנצער ב ָשן װערט גערופֿן דאָס לאַנד פֿון די
רפֿאיםָ 14 .יאיר דער זון פֿון מנשה האָט גענומען די גאַנצע געגנט
פֿון אַרגוֹבֿ ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי ,און דעם ַמ ֲע ָכתי ,און
האָט זײ – ב ָשן – גערופֿן אױף ז ַײן נאָמען ַחווֹתָ-יאיר ,װי ביז אױף
ה ַײנטיקן טאָג 15 .און צו ָמכירן האָב איך געגעבן ִגל ָעד 16 .און צו די
ראובֿנים און צו די ָגדים האָב איך געגעבן פֿון ִגל ָעד און ביזן טאָל
אַרנוֹן ,דעם מיטן טאָל און דעם ברעג ,און ביזן ט ַײך ַיבוֹק ,דעם
געמאַרק פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן; 17און דעם פּלױן מיטן ַירדן און
דעם ברעג ,פֿון ִכֶּנ ֶרת און ביז דעם ים פֿון פּלױן ,דעם ַיםַ -ה ֶמ ַלח,
אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסָגה ,צו מזרח.
18און איך האָב א ַײך באַפֿױלן אין יענער צ ַײט ,אַזױ צו זאָגן :יהוה
א ַײער גאָט האָט א ַײך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד עס צו אַרבן; זאָלט
איר ,אַלע העלדישע יונגען ,אַריבערגײן געװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר
א ַײערע ברידער ,די קינדער פֿון ישׂראל 19 .בלױז א ַײערע װ ַײבער און
א ַײערע קלײנע קינדער און א ַײער פֿי – איך װײס ,אַז איר האָט פֿיל
פֿי – זאָלן בל ַײבן אין א ַײערע שטעט ,װאָס איך האָב א ַײך געגעבן;
20ביז װאַנען גאָט װעט באַרוען א ַײערע ברידער אַזױ װי א ַײך ,און זײ