Page 14 - Dvorim
P. 14
דברים
טױטשלעגער װאָס הרגעט ז ַײן חבֿר אָן אַ כּיװן ,און ער איז אים ניט
געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; אַז װען ער װעט אַנטלױפֿן
אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט ,זאָל ער בל ַײבן לעבן 43 :ב ֶצר אין
מדבר ,אין דעם פֿלאַכלאַנד ,פֿאַר די ראובֿנים ,און ראָמוֹת אין ִגל ָעד,
פֿאַר די ָגדים ,און גוֹ ָלן אין ב ָשן ,פֿאַר די מַנשים.
44און דאָס איז די תּוֹרה װאָס משה האָט געלײגט פֿאַר די קינדער
פֿון ישׂראל; דאָס ז ַײנען די אָנזאָגן און די חוקים און די געזעצן װאָס
משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל 45 ,װען זײ ז ַײנען
אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים; 46אױף יענער ז ַײט ַירדן ,אין טאָל אַקעגן
בית-פּעוֹר ,אין לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי ,װאָס איז
געזעסן אין חשבון ,דעם װאָס משה און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן
געשלאָגן ,װען זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים; 47און זײ האָבן
געאַרבט ז ַײן לאַנד ,און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון ב ָשן – די
צװײ מלכים פֿון ֶאמוֹרי װאָס אױף יענער ז ַײט ַירדן צו זונאױפֿגאַנג;
48פֿון ַערוֹ ֵער װאָס ב ַײם ברעג טאָל אַרנוֹן ,און ביזן באַרג שׂיאוֹן –
דאָס איז ֶחרמוֹן – 49און דעם גאַנצן פּלױן פֿון יענער ז ַײט ַירדן צו
מזרח ,און ביז דעם ים פֿון פּלױן ,אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסָגה.
1און משה האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ ישׂראל ,און האָט צו זײ
געזאָגט :הער ,ישׂראל ,די חוקים און די געזעצן װאָס איך רעדה
ה ַײנט אין ד ַײנע אױערן ,און איר זאָלט זײ לערנען ,און היטן זײ צו
טאָן 2 .יהוה אונדזער גאָט האָט געשלאָסן אַ בונד מיט אונדז אין
חוֹ ֵרבֿ 3 .ניט מיט אונדזערע עלטערן האָט גאָט געשלאָסן דעם
דאָזיקן בונד ,נ ַײערט מיט אונדז ,מיר ,אָט די װאָס ז ַײנען דאָ ה ַײנט
אַלע לעבעדיקע 4 .פּנים ֶאל פּנים האָט גאָט גערעדט מיט א ַײך אױפֿן
באַרג ,פֿון מיטן פֿ ַײער 5 .איך בין געשטאַנען צװישן גאָט און צװישן
א ַײך אין יענער שעה ,א ַײך איבערצוגעבן דאָס װאָרט פֿון גאָט; –
װאָרום איר האָט מוֹרא געהאַט פֿאַרן פֿ ַײער ,און איר ז ַײט ניט
אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג – אַזױ צו זאָגן:
6איך בין יהוה ד ַײן גאָט ,װאָס האָב דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד
ִמצ ַר ִים ,פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.