Page 62 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 62

‫יעדער איינער טראכט פון זיינע בקשות‪,‬‬
     ‫ס'איז דא צווישן עולם צובראכענע נפשות‪,‬‬

              ‫איינער פרנסה און איינער געזונט‪,‬‬
                ‫דער וויל זעהן נחת פון זיין קינד‪,‬‬

         ‫מיט'ן כח פון אחדות פועלט מען אויס‪,‬‬
‫מ'ווייסט נישט אין וועמענ'ס זכות מ'גייט ארויס‪,‬‬

          ‫שווערע גזירות ווערן איבער געקערט‪,‬‬
     ‫אפילו חלילה אויב איינער איז נישט ווערט‪,‬‬

      ‫דער באשעפער זייער תפלה נישט מסרב‪,‬‬
    ‫אז מ'האלט זיך אינאיינעם איז ער זיך מצרף‪,‬‬

              ‫פון איין שורש מיר אלע שטאמען‪,‬‬
             ‫מ'דארף זיך נאר האלטען צוזאמען‪.‬‬

         ‫א נשמה‬

                              ‫א נשמה לויטער און ריין‬
                ‫געקומען צום בית דין של מעלה צו גיין‬
      ‫און געווארט פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט‬

                    ‫אבער ניין‪ ,‬פארשפארט דער גן עדן‬
                  ‫דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן‬
   ‫ער האט אמאל געשלאגן א איד און נישט געשוינט‪.‬‬

                             ‫סד‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67