Page 67 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 67
כדי להודות ולהלל לשמו הגדול,
ווי שיין האסט דו געברענט אכט טעג מיט ווייניג אויל,
ווען חנניא מישאל ועזריה האט מען אין דיר אריינגעלייגט,
צו ווערן קאלט האסטו זיך איבערגעצייגט,
פייער פייער ווי אזוי האסטו דאן געקענט,
אונז פארטרייבן אין גלות ווען די האסט דער ביהמ"ק פארברענט,
אינגאנצען פארברענט די היכל און די קודש הקדשים,
די הייליגע ירועות און די קרשים,
אוי פייער פייער'ל די האסט א תקנה א גרויסע,
באש אתה עתיד לבנותה,
ווען ס'וועט געבויט ווערן די בנין דער נייער,
וואס וועט זיין געמאכט נאר פון דיר פייער.
פייער פייער'ל ווי שיין דיין שיין לייכט,
ווען א מאמע צינד דיך אן יעדע פרייטאג צו נאכטס,
ווען זי מאכט די ברכה אשר קדשנו להדליק נר,
בעט זי זיך אויס און זכות פון דיר פייער,
ווען עס קומט אריין אין שטוב א נייער געבוירענם קינד,
א ניי לעכטיל פאר יעדע נשמה'לע מען צינד,
און די מאמע שטייט און בעט רחמים וחסדים,
ווייל נר ה' נשמת אדם,
אבער ווי שלעכט ביסטו געווען
ביי דער ביטערע וועלט מלחמה,
האסט מקיים געווען לא תחיה כל נשמה,
מאמע'ס מיט פיצלעך קינדער קול דממה דקה ישמע,
צועקים עליך מן האדמה,
סט