Page 64 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 64
ביי די שבת ליכט וואך נאך וואך – מיט טרערן געבעטן נאך און נאך
האלדזן א קינד ווי שטארק ווי פיל זי האט באגערט
איר פיין און לייד ביים הארץ געשניטן – וויפיל איהרע נאנטע
האבן מיט געליטן
געווארט די תפלות זאלן שוין ענדליך ווערן דערהערט.
און אויך ער יארן לאנג אין שול
מתפלל געווען געטוהן מעשים פיל
א קדיש צולאזן נאך זיך אויף די וועלט
צוגעזאגט אויב וועט מען אים שענקן
ווער ער דעם חסד אייביג געדענקן
דאס קינד וועט בלויז צו תורה זיין אויסגעשטעלט.
געווארן דערהערט איז זייער געשריי
אבער ווער קען פארנעמען אוי זייער וויי
א קינד געבוירן ,אוי געוואלד ס'איז נישט געזונד
מ'הערט מיט טרויער עס האט קיין הענד
טאטע מאמע ,צובראכן פארקלעמט
איז דאס אונזער אויסגעבעטן קינד?
פזמון:
פרעגט די טאטע מאמע הערט נאר דאס
פאטער אין הימל ענטפער פארוואס
אוי פארוואס איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט
יא ,טאטע מאמע איר האט א טרייסט
דערהייבט פון טרויער און צער אייער גייסט
דער אב הרחמים האט אייך ליב ווי א בן יחיד
ווייסט און גלייבט אז אזוי איז גוט.
סו