Page 69 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 69
רבונו של עולם מען דארף אנקומען צו דיר,
יעדע רגע און יעדע מינוט,
אויף יעדן טריט און יעדן שריט,
סיי ווען ס'איז חס ושלום שלעכט,
און סיי ווען ס'איז גוט,
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
אוי העלף מיר ,העלף מיר,
איך זאל קענען היטן מיינע אויגן,
און מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן,
און מיין הארץ ,מיין הארץ,
זאל זיין פאר דיר געבויגן,
און אלע מיינע מעשים זאלן זיין ,כראוי וכהוגן.
תהלים'ל
אין פאלאץ פון קעניג אלעס שא שטיל,
בלאזט א ווינטל אינמיטן נאכט פונקט,
שאקלט דאס פידעלע העכער דעם קעניג'ס שטוהל,
דער קעניג דערוועקט זיך מיט איר ער זינגט.
שטיין געבליבן איז די גאנצע יצירה,
הערן געזאנגען פון קעניג אליין,
ווי דוד המלך זינגט שירה,
וואס אפילו מלאכים קענען נישט פארשטיין.
עא