Page 73 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 73
וואו קוקן אידן ,קוקן ,קוקן?
קוקן צו מ'זעהט די לבנה,,
פרייען-זיך אידן ,פרייען-זיך ,פרייען-זיך?
מיט'ן הייליגן שבת די מתנה.
וואס ווארפן אידן ,ווארפן ווארפן?
עבירות אין טייך ביי תשליך,
וואס שארפן אידן ,שארפן ,שארפן?
די מח מיט פשט'לעך און קשיא'לעך.
וואס שעפן אידן ,שעפן ,שעפן?
מים שלנו ריינע,
וואס שלעפן אידן ,שלעפן ,שלעפן?
ברעטער צום סוכה'לע די קליינע.
וואס קלויבן אידן ,קלויבן ,קלויבן?
אן אתרוג ,א לולב ,א שיינע,
ואס בעטן אידן ,בעטן ,בעטן?
וטהר ,וטהר לבנו.
וואס עפענען אידן ,עפענען ,עפענען?
אלע שערי שמים,
וואס כאפן אידן ,כאפן ,כאפן?
פון רבי'ן אביסל שיריים.
ווען טאנצן אידן ,טאנצן ,טאנצן?
משמח זיין חתן וכלה,
עה