Page 77 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 77
כאטש ס׳איז פריוואטע ענינים וואס דוד איז משורר,
די בריוועלעך זענען אבער דעם אייבישטער מעורר,
דער בורא טוט לעכצן ־ הערן ווי מיר קרעכצן.
תפילה לדוד,
דאס איז זיין גרעסטע תשיקה ,זיין גרעסטע כבוד.
ליין מיך די הארציגע בריוועלעך ,ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פון דוד׳ל אליין.
די שורה׳לעך ,די זמירו׳לעך,
עס נעמט מיך ארום.
ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך
ווער איך מלא רחמים.
ליין מיך די הייליגע בריוועלעך ,ליין,
דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך ,נאסע בלעטעלעך,
עס עפענט יעדן טיר,
ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די
בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.
תהלים׳ל תהלים׳ל
כאילו אמרם דוד בעצמו.
תהלים׳ל ־ ווען א איד פועלן' וויל אמאל,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי".
עט