Page 80 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 80
א גרויסע זכיה ,אן עליה ,יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טוהן פאר דעם שבת קודש,
וואס מען קען פאר דעם שבת קודש,
וואס מער לויפן ,וואס מער קויפן ,שבת ,שבת,
די ליכט אנגרייטן ,לכבוד שבת,
פיצן קנויטן ,לכבוד שבת,
אוי אלץ באדארפן ,די שפינוועבס ווארפן,
די מעסערס שארפן ,לכבוד שבת,
נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן ,אלץ לכבוד שבת,
נישט שטיין די בעל הבית'טע פאר די אויגן,
אלץ לכבוד שבת,
א גרויסע זכיה ,אן עליה ,יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טוהן פאר'ן שבת קודש,
וואס מען קען פאר'ן שבת קודש,
וואס מער מיען ,וואס מער ציען ,שבת ,שבת,
באקן חלות ,לכבוד שבת ,עסן אלעס ,לכבוד שבת,
אליין געבראטן ,אליין געקנאטן,
ווי מער געראטן לכבוד שבת,
יעדער איינער וויל זיין הייליג ,אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק ,אין דעם שבת קודש,
פב